Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
138
Einzelbild herunterladen

געגרייט אנצוקומען אין אוּניווערזימעט, אוּן אז עס איז אים נישט געלונגען,- איז ער געבּלִיבּן וואוֹינען אין נ. ווארטן אוֹיף א געלענהייט. אין דערדאזיקער שטאט האט ער געהאט רייכע אוּן אנגעזעענע קרוֹבים,

דאס איז א יונגערמאן פון א יאר פיראונצוואנציק, אַ גע. פּוצטער, א שטאלצער, א זעלבּסטזיכערער, א קלוּגער בּיי זיך אין די אוֹיגן אוּן אזא, וואס ווייס וי אוֹיסצוּנוּצן דאס לעבּן, ער איז אינגאנצן-- א העפלעכער אריסטאקראט אֶן איין פֵּגם, זיין פוּל פּנים איז ריין געגאלט, זיין וואוקס איז הוֹיך און שלאנק, זיינע בּאוועגונגען-- אנגענעמע, צויישן די ליפן שוועבּט ארוּם א מין איראָניש, פאראכטנדיק שמייכע"ע. דערדאזיקער שמייכל איז, אמת, א געצוואונגענער, א געמאכטער, אבּער גץ. מאכט מיט געשמאק, ער געפעלט יעדערן, ווער עס זעט אים. אוֹיך זיינע שוֹנאים אוּן די, וואס זעיען אים מקיא, בּאצין זיך צוּ אים מיט אכטונג, אוּן די פרוֹיען- ,ווערן פאר אים די כּפרה"! די לעבּנסלוסטיקע פּרייליינס נעמט ער מיט זײנץ העפלעכע מאניערן, מיט זיין וויץ, מיט זיין צוציענדיקער אָפּש:וֹיסנקײט, מיט זיינע גלעטנדיקע אוֹיגן; וואס ס'איז שייך די אידעאליסטישע מיידלעך, זעען זײ אין אים- לוֹיט זייער אייגנארטיקער לאג ק- דעם גילגוף פון פּעטשאָרינען. און צר קֶען אויך מאכן מײנען די, וואס זעען אים,-- פארשטייט זיך, ווא מען דארף,-- אז אוּנטער זיין פּשוטער, קאיט"עכער, העפלעכער אוֹיסערלעכקייט בּאהאלט זיך אן אוּפארגלייכלעכע גייסטיקע רייכקייט. בּכלל פארמאגט אט דער מענטש א פעאיקייט זיך אוֹיסצוּצייכענען אוּן צו לעבּן.

- יא...- זיצט ער זיך, וי א גענערא? אויפן שטו?, ווא אנטקעגנאיבער מיר, רעדט מיט מיר מיט אן אפיציצלן ,שאן" און בּאמיט זיך אוֹיסצוּזען, וי ער וואלט שטארק געדענקט; ער זאגט ארוֹים עפּעס זאצן זייער גיך, אזוֹי װי נישט גערן און גלייכגילטיק און ציט דעם ,יה-- האָ"- יאָ.. אגב, וואט

זענט איר אוֹיסן געווען... אייגנטלעך... יא... וואס זענט איר 8