Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
139
Einzelbild herunterladen

אויסן געווען, ווען איר האט פארלאזט די רבּנישע ,קאריערע" און איר האט זיך גענומען צו וועלטלעכע לימוּדים 1

- וואס הייסט?

-וואס הייסט!י.. צי פארשטייט איר טאקי ניסט מיין פּשוטע פראגעז.. יא... איך האג געפרעגט-- אוֹיבּ ס' איז מיר נאר דערלוֹיבּט- צי האט איר גערעכנט אנצוקומען אין עפּעס א שולע, צי...

-- גיין...

-י--דאָ... הייסט עס, אז בּלוֹיז דער בּאגער צו צו לערנען האט אייך דערצו בּאוואוֹיגן ז.. יא... פיין... אגב, דאס איז אן אייגנשאעט פון אלע ישיבה-בּחורים... אוז דאס איז גוּט...

-- גוט?

-- פארשטייט זיך|

-- מיט וואס!

- ,מיט וואסז*- דערמיט, וואס זיי האבּן נישט דאס יאגן זיך נאך מאטעריעלע צילן.. יא... נוּ, און דערדאזיקער אידעאלער באגער אייערער איז דערפילט געוואָרן? ניין(. פארוואס? אפשר צוליבּן מאנגל אין לערער? איך בִּין גרייט צו דינען. איך האָבּ אסך בּאקאנטע, ליידיקגייערס,

- נישט נוֹיטיק,

-- פארוואס, אוֹיבּ ס'איז מיר דערלוֹיבּט צו פרעגן?

- כ'האבּ איצטער נישט קיין שטימונג צו לערנען זיך.

-- לאנגווייליקייט 1

- קען זיין.

-יא... וויכטיק... אגב, איך קען פוּנדעסטוועגן מענטשן, וועלכע אױבּעטן אַ סך פון לאנגווייליקייט...

-- מענטשן זענען אויך אין זייער לאנגווייליקייט נישט גלייך איינע צוּ די אנדערע- פאלט אריין חיימאוויטש אין איױג זער געשפרעך-- כ'וועל קלאָר מאכן מיין געדאנק..

-- א דאנק-- א דאנק, הער חיימאָוויטש! אויף מיין ווארט, כ'האג איצטער נישט קייז בּאזונדער חשק צו פילאַואסיע...

19