- נישט בּלוֹין איצטער!- קען חיימאָוויטש נישט בּאֵי האלטן זיין צאָרן.
חײמאָוויטש קען שטאַרק נישט ליידן, ,דעמדאָזיקן פּראַנט, וועלכער האט קיינמאָל נישט קיין איבּערקלערענישן, פּוּנקט וי ער וװואָלט געווען דער סינבּאָל פוּן פולקאָמענהייט. ער בּאַי מיט זיך אוֹיפצוּוױייזן מיט אַלערלײ אַרגומענטן אוּן מיט שטאַרי קֶּער התלהבות דשם טעות פוּן דער מיינוּנג, אז בּורסיף איז נישט קליינלעך. אדרבּה, ער איז אַ קליינלעכער, אַ נידעריקער מענטש, אַ טעמפּער, ער האט ליב בּלוֹיז זיך! ער פאַראכט אוֹיך בּלוֹיז אַזעלכע, צוּ וועמען ער דאַרף נישט אָנקוּמען.
חײמאָוויטשעס גאַציאוּנג צו מענטשן צייכנט זיך נישט אוֹיס מיט קיין איבּעריקער מעסיקייט. ער האַלט טאַקי, אז עת האָט אַ מאַטעריאַליסטישע" אוֹיפפאַסוּנג אוֹיף דער וועלט, אוּן פוּנדעסטוועגן איז ער גלייך ווי אַ סך פון זיינע מאַטעריאַליס. טישע לעכערס, וועלכע האָבּן אַליין מקריב געווען זייער לעבּן אויפן מזבּח פוּן זייערע מייגונגען, ער גלוֹיבּט אין דער ה יי ליקיײיט פונם קוואַל פוּן זייגע אמתן...
מיך קרוֹינט ער אַמאָל מיט דער קרוֹין פון ,אַ פּאַראָדיע אוֹיף אַ דיכטער?, דאס הייסט, אַ מענטש, װאָס ס'איז נישט קיין דיכטער-- נאָר ער פאַרמאָגט אַלע פארדאָרבּענע מידות פון די דיכטער...