מערסטנטייל האב איך קיין דירה נישט געהאט, און אין די נעכט פלעג איך שלאָפן אין חײימאָװיטשעס וװאוֹינוּנג אוֹיף דער צרד אדער אוֹיף צונוֹיפגערוּקטע שטולן. איך פלעג אוֹים. שטיין אינדערפרי, כ'פלעג אָנטאן מיינע טראַנטעס מיט אַ בֹּא. װעגוּנג פון אַ מענטש, ואס טיט אַ לגמרי איבּעריקע זאך, איך פלעג בּלײבּן זיצן אליין אין חימאָװיטשעס צימער, װען ער פלעגט אַװעקגיין אויף זיינע ,לעקציעס", כ'מלעג מיר אַרוּמ. שפאצירן איבער דער לענג און איבּער דער בַּרייט פוּן צימער אָן אַ סוֹף אוּן אָן אַ מאָס, איך פלעג פארמאכן די אוֹיגן מינוּטנווייז און זיך אָנלענען אֶָן װאַנט, אוּנטערמורמלען אדצר אוּנטערזינגען אָפּגעהאקטע שטיקלעך זאצן, כ'פלעג זיך פלוצלינג אויפהוֹיבּן אוּן אַװעקגײן אָן קיין שוּם נוֹיטװענדיקייט, אַרײג. קומען צו עמיצן פון אונזער חברה, אריינקוקן צופעליק אַ בּיס? אין צפעס אַ גוּך, אַ בּלצטער טאָן עפעס אַ צייטונג, כאפן אַ שטיקל בּרוֹיט אָדער אַ קאלט גלאַז טיי-- און װידעראמאָ?ל זיצן אין הײמאָװיטשעס צימער.
אין אָװונט פלעגט חיימאָוויטש צוריקקומען פון דער אר. בּעט אין דער געזעלשאפט פון פרייליין לערנער, אין ער פלעגט מיך טרעפן אוֹיסגעצוֹיגן ווי אַ קלאָץ אויף דער סאָפקע בי אים אין צימער. דאמאָלס פלעגט ער זיך צוכצַפּן צו מיר מיך אוֹיפצוּמוּנטערן אוּן מיר זאָגן מוסר מיט אן ערנסט פּנים (,אוּן מיטן אנערקענען זיין איבּערשטייגן מיך" פלעגט מיר דאן דורכלוֹיפן אין געדאנק): איך בּין אן אלטער; איך בּוֹיג דעם קאָפּ פאר דער צייט; צי וװואָלט דען עמיצער געגלוֹיבּט, אז איך בִּין נאך קיין צוװואַנציק יאָר נישט אלט! ער שווערט בּיי זיין לעבּן, אז ס'איז גערעכט געווען דער מהבּר פונם אר. טיקל אינם לעצטן נומער פוּנם זשורנאל, וואס ער האט ערשט נישט לאנג געליענט; מיר דארפן לאָזן פאר אנדערע, זי זאלן נאך אונזער טוֹיט קלאָגן אויף אונזער לעבּן, וואס איז אַוועק מיט גאָרנישט; אָבּער מיר אַלײן דארפן ארבּעטן און קעמפן, ארבעטן און קעמפן; און ווער עס גײט ארוּם און
144