בּיסט ווייט פין לעבּן; דוּ לעבסט גאָרנישט... איך בִּין דאך זיכער, אז דו האָסט געוויס נישט געלייענט דעם ארטיקל, וואס איך האבּ דיך היינט אינדערפױי געהייסן איבּערלייענען. אוּמוויסנדיקייט, הוּנגער, ארבּעטלאָזיקײט, קרענק... אַ שרעק!
-- נו, און וואס דארף מען טאָן, לוֹיט דיין מיינונג1= פרעג איך מיט אַ מין פארבּאָרגענער שטימע.
וואס מ'דארף- אַ גוּטע פראגע!
- נו, נוּ, זאָג, זאג... אדרבּה, פארלייקן נישט פון מיר, אויבּ דוּ ווייסט...
-- צי איך ווייס? אַ וודאי װיײיס איך! ,וואס מ'דארף טאָן"-- אַ גוּטע פראגע, אַ קלוגע פראגע! אָרימקײט אוּן אוּמי וויסנדיקייט-- וואס מ'דארף טאָן? מ'דארף טאָן!.. אַ וודאי ווייס איך וואס מידארף טאָן..
איך לאָז אראָפּ די אוֹיגן, די לערנער, וועלכע זיצט די גאנצע צייט און הערט זיך איין, בּאמערקט, אז איך בִּין בּאמת דעמדאָזקן אָוונט ,שווער* נישט צוּם אריבּערטראָגן.
- ,אין דעמדאָזיקן אָוונט*-- האקט זי איבּער חיימאָי וויטש- שש טענדיק איז ער אזא, א גריבּלער אין א ווייטער פון לעבּן.., וואס איז דאס פאר א פראגע?.. מ'דארף טאָן אלץ, וואס מיר קענען... נוּ...
-- מידארף טאָן..-- פּרוּבט אויך די לערנער-- מ'דארף אוֹיפקלערן די מאַסע... מ'דארף זי בּילדן.. אפשר ניין 1
- דאס אוֹיך, דאס אוין!.. אָבֶּער דער עיקר-- בּרוֹיט! בּרוֹיט{ בּלױז די בּורזשויען-- די כּיליסטערס האבן ליב צוּ זאָרגן פארן גײ סט פון דער מאסע, פאר איר מאָראלישן צוֹי שטאנד, פאר איר חלק אין ג|-עדן-- און צו פארגעסן אָן איר מאָרגן. דיינע ציוֹניסטן, למשל, וועלכע זאָרגן שטארק, או די מאסע זא? קענען די אלטע העבּרעאישע שפּראך, זי זאל איר דאַוונען אין בּית-מדרש אריין... כאיכא, עמיצער האט געי זאָגט: ,די בּורזטוּאזיע האלט זײער טייער דאס חתונה.האבן אוּן דאס לעבּן פון די הייליקע". אן אוֹיסגעצייכנטער אַפאָ: ריזם! אבּער דו, פייערמאן.., דוּ װעסט דאָך גישט זאָגן, ווען
14 אט