Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
146
Einzelbild herunterladen

בּאַציאוּנגען, וואס דארפן זיין צווישן מאן און פרוֹי. די בּא. קאנטע הענשערישקייט, וואס ס'איז געווען אין זיין בּאַציאונג צוּ איר, האט חימאָװיטש גארנישט בּאַמערקט. צייטנווייז איז אוֹיך געווען אוּמאנגענעם דאס אוּנטערשטרייכן פון זיין טרעטן אוֹיפן אָנגענוּמענעם עטיקעט. אָבּער אין אלגעמיין האט דערדאָזיקער בּוּנד געווירקט צוּם גוּטן אויף חיימאָוויטן, ער איז געיוצן פאר דער לערנער, ,דער איינציקער מענטש", אוּן ער האט בּאמת געטאן פֿאר איר אלץ, וואס ס'איז געווען אין זיינע מעגלעכ. קייטן. אין איר געועלשאפט איז זיין שארפזין געווען גע. לונגענער; און אויך זיין איבּערגעגעבּענקייט צוּ זיין אידעאַל איז געווען, ווען דאס דאָזיקע מיידל איז געווען מיט אים, אַ בּאשטענדיקערע,

אַרוּם האלבּער נאכט טרינקען מיר טיי און מיר בּייסן עפּעס איבּער. ,וויפיל דו זאָלסט נישט פילאָזאָפּירן- אוּן דאס עסן איז אַ גרוֹיסע פראגע". חיימאָויטש עסט נישט קיין מאַכל פוּן לעבּעדיקע בּאשעפענישן אדער-- אוֹיף זיין שפּראך-,ער האלט פאר מיאוּס אוּן פאר נישט:דערלוֹיבּט צוּ עסן געהרגעטע וועזנס". די לערנער בּרענט פוּן קראָם בּרוֹיט, שטעלט אַװועק דעם טשייניק אוֹיפן טיש- אוּן מיר עסן אוּן טרינקען זאַלבּע. דריט. איך און די לערנער קייען דעם צוּקער אין דאס בּרוֹיט אוּן זופּן די טיי-- אוּן חיימאָוױיטש קייט, זופּט אוּן רעדט. ער דערקלערט אַ געדאנק": ער זידלט די פּחדוים, וואס פאר. דעקן זיער צעקױואָכנקייט מיט אַ מאסקע פוּן סקעפּטישקייט אוּן גריבּלערישקייט. ווי קליין אוּן נידעריק זענען זײ| זיי פארגעסן דעם צער פוּן דעם רוֹב אוּן זי זענען זיך עוֹסק בּלוֹיז מיט זיך אליין, מיטן אַנאליזירן זייערע קליינלעכע גע. פילן, נישט פּרוּבנדיק צוּ קעמפן פאר זיײערע רעכט. די לער. נער שווייגט, זי הערט זיך איין מיט שטארקער אוֹיפמערק. זאַמקײט. אוּן מיר פוּנדערזייט דוכט זיך אוֹיס, וי זי װאָלט גצערעדט: ,זע, חיימאָוױטש, אז איך הער אוֹיס אלע דיינע רײד, אז איך גלוֹיבּ אין אלץ, וואס דו זאָגסט ארוֹיס פוּן דיין מוֹיל, אז איך בִּין איינשטימיק מיט דיר אפילו, ווען איך

156