Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
147
Einzelbild herunterladen

פארשטיי נישט; אמת, איך האָבּ זיך נאך נישט אַנטװויקלט. עס פעלט מיר נאָן אַ סן, אָבּער ס'איז דאָך דיר נישט אוּמי בּאַקאנט, אז איך בּאַמי זיך אלץ צוּ פארשטיין". נאך אונזער עסן נעמט זי אַ היים עפּעס אַ בּוּך צוּם לײענען אוּן זי גרייט זיך אַװעקצוּגײן, היימאָויטש בּאַגלײט זי טראָץ איר בּעטן אים,- נאָכדעם, ווי זי האט גוֹבר געווען די שרעק צו גיין אַלײן אוּן וי זי האט בּאַזיגט איר ווילן צוּ זיין נאָך אַ וילע אין זיין געזעלשאפט,- אז ער זאל זיצן אין שטובּ און זי וועט אַליין טרעפן אַהיים. אז ער קערט זיך אוּם, רעדט ער וועגן איר. ער האט אין איר נישט קיין טעות, ער איז נישט פאַרבּלענדט צוּ מיינען, אז זי איז בּאַשאפן געוואָרן פאר עפּעס גרוֹיסעס. ער ווייס, אז זי איז פוּן דעם ,מין מענטשן, וואס לאָון זיך בּאַװירקן", אז איר כּוֹח צוּ פירן דעם לעבּנקאַמף איז אַ קליינער, אז איר אירטיילונג-קראפט איז נאָך ווייניק אנטוויקלט; אָבּער ווער וועט עס נישט מוֹדה זיין, אז זי איז אַן אוֹיסגעצייכנטע, אַ פיינע, אַן אָרנטלעכע? ווער וועט עס נישט נתפּעל ווערן דערפון, וואס זי האט פאַרלאָזט אירע עלטערן און איז געקוּמען אין אַ פרעמדער שטאָט אריין צו ליידן הונגער און אָרימקייט, בּלוֹיז דערפאר זי זאל ווערן זעלבּסטשטענדיק אוּן זיך פּאַרפולקאָמענען אין די לימוּדים? אוּן מיר שטרעבּן צום העכערן פון צוּם בּעסערן /.. אוּן מיר לעבּן דאָ!..

אין מיר ראַנגלט זיך אַ שטיפערישער חשק זיך צו ריידן מיט אים, אוּן איך הוֹיבּ אָן מיט אַ מין עױנסטקייט אוּן מיט אַ;טאָן' פון אַ דינער און טיפער פילאָזאָמיע צוּ ,דערקלערן", אז די מענער פארלאנגען תּמיד פון די פּרוֹיען, זיי זאָלן זיין לעבּעדיקע בּלומען, דער סימבּאָל מין גליסטונג, פול מיט ;ווייבּלעכקייט", אז מיר פאראורטיילן דאס פּוּצן זיך און דאס קאָקעטירן בּלױז מיט דער צונג, אוּן דאס געפיל, וואס דו פילסט, ווען אַנישט.שיין מייך? בַּאַמיט זיך דיך צוּצוּציען, איז זייער ענלעך צום געפיל, וואס דו פילסט, ווען אַ נישטי מיאוס מייך? ווייס נישט, ווי צו פאַנגען דיין האַרץ...

7