Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
148
Einzelbild herunterladen

- אָט די. לערגער... למשל... זי פארמאָגט להלוטין נישט די פעאיקייט...

- אוּן דאס איז איר לוֹיבּ!-- שרייט אוֹיס חיימאוויטש..

- בּרען נישט, פארשטייסט נישט. וװואָס איך מיין. איך װיל נישט זאגן דערמיט, אז איױ פעלט פולשטענדיק די זאך, ואס אָן דעם איז אוּממעגלעך, אז זי פּערמאָגט 7?גמרי נישט פֿארשיידענע מינעס אוּן בּאוועגונגען. איך זאָג בּלוֹיז..,

חיימאוויטש הערט ערנסט אוֹיס מיין רייד, ער שלינגט זײ כּמעט, אָבֶּער פּלוּצלִינג װער איך אליין שטי? אין צי זיך אויס אוֹיף דער סאָפּקע. אין קאָפּ בי מיר איז נישטאָ קיין שוּם געדאנק, קיין שום דערמאנונג, קיין בּרעקל פארלאנג, אין מיין הארץ איז א פּיסטקייט, א נישטיקייט, אן אבּסאָליט מידקייט, א בּאואוּסטזיין, אַז סאיז נישטאָ קיין בּאדערפעניש אין מיין אָטעם, אז מיין קלאפן מיט דער צונג איז א נאריש. קייט. אין מיין הארץ איז א חיה'שער ווילן, אז סיזאל נישט געשטערט ווערן די עטילקייט, די רוּ, אז איך זאל קענען ליגן אוּן שווייגן. מיניטנוויין פאל איך אריין אין א מין גסיסה-­דרימל, און דאן קוּמען זיך צונוֹיף אלע פאסיקלעך און פּיג. טעלעך, ואס זענען פאראן או'פין אוֹיסגעמאָלטן פאפיר, ואס איז אוֹיסגעקלעפט אוֹיף די װענט פון צימער, אוּן צעשטרייען די בּילדער אין מיין מוֹח. אָבֶּער חיימאָװיטש, װעלכער זיצט און לייענט אוּן בּיײי אים אין מוֹח װערן געבּוֹירן פערשיידענע זאַכן אוּן ענינים, װעקט מיך פאנאנדער אוּן ,דערקלערט מיף זיינע געדאנקען",

- צוּ ואס אלץ ס'איז מסוגל דער מענטשלעכער מוֹח! דאס דערמאגט מיך די ריכטיקייט פוּן דיינע רייך װעגן דער בּאגרינדוּנג פונם פ א ק ט.., יצדער דענקער דערקלערט דעם פווקט אוּן זיינע בּאוייון אוֹיף אַזא אוֹפן, צוּ װעלכן ער אי! נוֹטה. אבּער װאָס ליגסטו עטוּם, װי א שטיין איך וי? דאָן הערן דיין מיינוּנג. אדער אפשר בּיסטוּ געװאָרן א גוּבּערנאטאָר אוּן ס'פּאסט דיר גישט צוּ רעדן מיט מיר! װאו אַ הין איז אוועק דיין פילאָזאָפּירן פון ערשט א מינוט צוריק! זאָג מיר

13