Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
165
Einzelbild herunterladen

קוֹל, וי ס'וואלט נישט כּדאי געווען צוּ בּאוועגן מיט די ליפּן צוליב עפעס, ויי?ל אלץ איז דאך שוין בּאווּסט,. אוּן דאן שוועבּט ארום אין דער לופט פוּן צימער, אין דער ווארעמער און שטיקנדיקער לוּפט- אזוי ווייניקסטנס, ווייזט זיך מיר אויס--עפּעס א עראגע:צייכן: צוּ וואס, צוּ וואס קוּמען מיר זיך צוזאמען? צי דען צוּליבּ דעם, יעדערער זאל פילן אחוץ זיין אייגענער לאנגווייליקייט אויך די לאנגווייליקייט פוּן אנדערע? אָדער בּלױז צו רעדן שלעכטס אויף נישט אנוועזנדיקע אוּן אָנצוּפאלן מיט גיפטיקן וויץ אויף עמיצן פון די אנוועזנדיקע? מיר האָבּן זאָך נישט ואס צו זאגן איינער דעם אנדערן; מיר האלטן זיך דאָך אוּמזיסט פאר אויסדערוויילטע, פאר;שטרעבּגי דיקע" צוּ עפּעס העכערס; מיר פארמאגן דאך נישט קיין גאָט, וועלכער זאל אונז פארייניקן און דערהויבּן אוּנזער נשמה, מיר זענען דאָך נישט פעאיק צו שאפן עפּעס, קיין געבּיידע קענען מיר דאך נישט אנלאדענען אויף אונזערע אקסלען, און אויך אונזער ,פּראטעסט", אונזער ,פרעמדקייט", מיט וועלכע מיר גרויסן זיך, זענען אפשר מער גישט ווי א פּראדוקט פוּן אונזער לעבּן, וואס גייט אוועק מיט גארנישט, א מיאוס געפיל פון מענער לא-יוצלחס אוּן אייבּיקע קאליקעס!.. דעריבּער אין וואס? וואס?!

דאווידאָווסקי אליין שווייגט אוּן נעמט כּמעט קיין שום אנטייל אינם גערודער, וואס קוּמט פאר אין זיין וואוֹינוּנג. זיין לאכן-- איז אלאכן מיט די אויגן, און דאס איז אוֹיך נישט אָפט, די אריסטאקראטישקייט, וועלכע איז או'ף אים אויסגעגאסן, איז ארואיקע אוּן נישט יעדעס אויג דערי קענט זי.

ווען די פארזאמלטע בּיי חיימאוויטשן זעצן זיך אוועק לייענען, פארלאז איך די וואוֹינונג אוּן גי אריבּער צוּ דאווידאווסקין.

קיין ליכט בּרענט נישט אין זיין פירקאנטיק צימער. ער ליגט אויף דער סאפע. איך קלאפ אָן, גיי אריין, שטרעק אים אויס מיין האנט מיט א מין פארשטענדיקער פארזיכטיקייט און

15