בּאַמערקינג גיט אַ מעגלעכקייט דער גאָרמאַן זיך צו קלאגן אויף די מענער, װעלכע פרייען זיך שטענדיק צוּ רעדן שלעכטס אויפן שוװואַכן מין און אָפּצולאַכן פין אים בּיי יעדער געלעגנהייט, װאָס קימט אונטער, איר פּנים דױיקט אויס צאָרן, פּראָטעסט און חשק-- צוּ האַלון זיך. חיימאָוויטש גיט אַ פּאָר. צונויף טויזנט װערטער אויף איין מאָל:;בּורזשוּאַזע בּאַציאונג, נאַטירלעכער אױיסװאַל, די אַנטװיקלוּנג פוּן דער פאַמיליע, פּאַטריאַכאַלישקײט, קנעכטשאַפט, עמאַנציפּאַציע, פּעסימיזם, בּוּרסיפס מגהגים. שאָפּענהױער, ניטשע, בּעבּעל, ענגעלס, ,עקאָ? נאָמישער מאַטעריאַליזם"... אַלס תּשובה דערויף שיט יודלינס מויל פּער?-- אוּן פוּנדאנען פאַרנעמט זיך װידער אַ געשפּרעך
יענע מיני לאַנגע ויכּוחים, װעלכע זענען אָנגענוּמען בּיי אינטעליגענטע מענטשן פון דעם סאָרט, האָבּן צוּם סוֹף אַ מינוּט, װען די צעקאָכטע דיסקוּטאַנטן ווערן פּלוּצים אַנטשוויגן, אינמיטן דעם ,דערלויבּט מיר* אוּן יעדערער קערט זיך אָפּ אין אַן אַנדער זייט פאַרשװיצטע, מידע, מיט אַ טרוקן האַלז אוּן מיט אַ ווינטערדיקער פוסטקייט. דאָס גיכע אָנקוּמען פון דערדאָזיקער מינוּט איז אָפּהענגיק, פאַרשטײט זיך, פוּנם טענפּעראַמענט פּוּן די דיסקוּטאַנטן, פוגם אינהאַלט פון דער דיסקוסיע אוּן אויך פוּן דער אטמאָספער. בּיי דאווידאָווסקין אין שטוּבּ פלעגט אָט די מינוּט זייער גִיךְ אָנקומען.
דאַן פּרוּבט מען זינגען. בּיי חײמאָויטשן אין שטובּ פלעגט עס געלונגען. דאָרט זינגט מען אין כאָר ,בַּיי די בּרעגעס פוּן דער װואָלגאַי, מ'זינגט וועגן דער העלדישקייט פוּן סטיענקא ראַזין. אוּן דעסגלייכן, אוּן אמאָל טרעפט, או די נארמאן איז די ,חזנטע* און אַלע בּרוּמען מיט וי ,משוררים". אָבּער בּיי דאווידאָווסקען אין שטובּ פלעגט יעדער איינציקער נעמען זינגען פאריזיך מיט אַ מין דינער שטילקייט אוּן מ'פלעגט זינגען איבּערהויפט וועגן הארץיגעפילן און נשמה-שטרצנּוּנגען. גאָר גיך פלעגן די שטימעס שוואכער ווערן און אויפהערן... קליינשטיין איילט צוּ צעמישן די זינגענדיקע דורכדעם, װאָס
17