Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
178
Einzelbild herunterladen

ר' פינחס נרודיאיר, אין דוּ וועסט דיר נעמען מיינע תּלמידים, ווייל איך בִּין דאָן דאָ ד! גאַנצע צייט א לערער פון די לוֹי. טערקייטן פוּן דער העבּרעאישער שפּראַך?.

יעקב, וועלער האט מיף בַּיי בּורסיפן אין שטובּ איבּער. געגעבּן דעם בּריוו, האָט מיר אוֹיך ארוֹיסגעזאָגט עובדיהס אמתן,

יעקב!.. דאס איז שוין נישט געווען דער יעקב, מיין קינדהייט:חבר פונט רב'ס שטובּ, נאָר עפּעס א הער עובדמאן, א בּחור מיט א ליבּלעך, לאכנדיק, שיין אוּן א בּיס?ל געצערטלט פּנים, מיט פריידיקע אױגן, פוּל מיט גוטהארציקייט און אנער. קענונג פוּן זיין פאָרשריט אין זיין געבּירטשטאט, אנערקענינג פון זיין קאמף מיט די פינצטערע לייט, די קעגנערס פוּנם רעיון. מיין קאלטע בּאציאונג צו אים האט אומבּאדינגט אויך געווירקט אויף זיין דערנענטערן זיך צוי מיר. און פונדעסט­וועגן האט ער זיך נישט אפּגעהאלטן מיר צו דערציילן, אויף וויפיל די צייט האט דערלויפּט, אלע זיינע אויפטוען אויפן געבּיט פון ציוניזם. ער האט אויך גערעדט וועגן דעם יוֹשב-ראש פון זיין אגודה, אלימלך דער מלוה, ער האט מיר אויך געוויזן זיינע קאָרעספּאנדענציעס, וועלכע ליגן בּאהאלטן אין זיין העפט, און אלץ מיט א צופרידצנעם געלעכטער, תמימותדיק. נארישלעך. און ווען בּורסיף האט ,פאובּייגייענדיק", אין צוזאמענהאנג מיטן געשפּרעך, דערמאָנט מיט צפּעס א פראזע דעם געזעץ פון קאוזאליטעט, האט עובדמאן געפונען פאר נויטיק צו זיין א אונטערהעלפער און בּרענגען א ראיה דערצו פון זיין ציוֹניזם. פארוואס איז ער אזאָ פארבּרעגטער צוֹניסט? בּעת ער איז געווען א קינד, האבּן זיינע צלטערן געוואינט אין א.א.וו...

ער אִיז געקומען קיין געשעפטלעך און מיט אים איז מיטגעקומען זיינס א שווצסטער, וועלכע האט זיך פארגלוסט אבּיסל זיך. אנצושמעקן מיט גרו'סשטאטישער לופט, אויף צוריקוועגס איז מיט זיי צוזאמען געפארן אויך בּורסיף, ווע?. כער האט דאן פארלאזט.

18