Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
181
Einzelbild herunterladen

אויף דער אוּנטערשטער ליפ. די גאנצע צייט בּין איך געועסן אויף מיין אָרט וי ציגעשלאָגן מיט טשוועקעס, מול.זייענדיק מיט עפעט אַ געפיל, אז טאָמער וועל איך א ריר טאָן מיט אהאנט אדער מיט א פוּס, וועט געשען דורכדעם עפּעס א שרעקלעכע זאך. אוּן ווען איך בִּין ארויסגעגאנגען איז בי מיר אין הארצן געווען בּלױז אטיעע שנאה צו בּיּרסיפן, א שנאה צוּ זיין פריזיר, צו זיין שמייכ?, צוּ זין מוּנדיר, צו די קנעפּ פוּן זיין בּלוּזע,-- א שנאה, וועלכע איך האָבּ בּיז דאן נישט געקענט. פארשטייט זיך, אז, זי, דידאָזיקע שנאה, איז געווען א רעזילטאט פוּן דער קנאה, וואס איך האָבּ מקנא געווען די פרייע אין פיינע בּאוועגונגען פין דעמדאָזיקן מאנסבּיל... וי אנטקעגנשטעלנדיק איינעם קענן אנדערן האבּ איך זיך דערמאָנט אָן מיין נישט.שיינעם, נישט-נאטירלעכן געלעכטער, אָן מיינע נישט פלינקע, בּטלנישע בּאועגינזען, אָן די האלבּע ווערטער מיינע- און אלץ האט אויסגעזען עקלדיק, נאריש, שפלדיק... און זי האט עס דערפילט.. אוודאי האט זי דערפילט.. ווער? א פּראווינציעלע העלדן?- ניין, איך בּין טאקי בּאמת קליינלעך און נאַייש! צוּליבּ וואס בּאנלל איך זיך מיט דעמדאזיקן ,בּאַנאַלן" טיטול? וואס פאַר אַ שלעכטס האָבּ איך געפוּנֶען אין מיר? אַ מייד? וי אלע מיידלעך! אבּער... וואס גייט זיך מיך בּכלל אָן? װאָס!...

דאַן האבּן זיך צונייפגעװעבּט בּיי מיר אין מוח עטלעכע ווערטער אותיותווייז::

-זי װעט דאָך מין נישט באַמערקן..

און באלד האָב איך געלאַכט פוין דעמדאָזיקן נעראַנק, איינער פון די געדאנקען-שדים, וועלכע קומען אין מוח אריין פֿון זיך אליין אֶן קיין שום לאָגישן צוּזאמענהאנג אין אָ| קיין שום נויטווענדיקייט...

ווען איך בִּין געקוּמען צוּ מיר אין וואונונג בִּין איך געזעסן אַ לענגערע צייט און צעקרישלט מיט מיינע פינגער אַ קעסטעלע שווערעלעך, יואָס איז געשטאנען אויף מיין טיש. כ'האָבּ געטראכט נאָר װעגן אנדערע עניגים, אוּן ערשט אין

181