ווייבּערשע ציוונג אוּן ענלעכע זאכן בּיי א קליין טיש? אין מאַרק- ,;דאָס איז אַ מסחר אוּן נישט קיין מלאכה; דערבּיי קען מען שטייגן?- אָכּער מיין שוועסטער אליין, נישט געקיקט אויף די אַרגוּמענטן פון מיין טאַטנס פויסטן, איז אַלין שטאַרק להוּט צוּ ,זאָקנמאַכערײ". וואָס איז מיין מיינוּנג וועלכער /תּכלית" איז אַ בּעסערער!-- איר פלוידערן האָט אויך ניש איבּערגעריסן דעם טאַטנס שטעכיקע בּאַמערקוּנג, מיט וועלכער ער האָט אויף מיױ אָנגעשריען הלמאי זי פאַרדרײט מיר דעם קאָפּ, וועלכער איז פוּל גאָר מיט אַנדערע ואַכן"; זי איז אַזױי פוּל געווען מיט גליק, אַז זי האָט עס גאָר נישט געקענט בּאַמערקן. איר איז אָנגענעס צוּ רעדן מיט מיר-- אוּן זי רעדט. צי איך הער יאָ, צי נישט-- איר איז אַלצײנס,
כּדי איך זאָל אויך עפעס זאָגן, האָבּ איך געפרעגט, ווי האַלט עס אין לערנען מיט מיינע קלענערע בּרידער. דאַן האָט זיך די מאַמע אָנגעהובּן קלאָגן אויפן טאַטן, אז ער האט איגי גאנצן אַראָפֿגענוּמען די השגחה פוּן די קיגדער. בּערעלע גייט אין חדר שוין דרי זמנים אוּן ער זאגט נאך שווערלעך ,עברי", זי פארשטייט נישט װאָס איז געווארן מיטן טאַטן. עלטער, צי פּױלקײט!..
-עט..,-- האָט זיך דער טאַטע פאַרענטפערט מיט א מין שפּאָט-- כ'האָבּ זיך אַרוּמגעזען: צוּ װאָס איז די גאַנצע מאטערי ניש! אַז זי ווערן גרויס, טוּען זי סיייווי.סיי, װואָס זייער הארץ גלוסט...
= נוּ, נוּ...- האָבּן דער מאמען נישט געשמעקט די אָנצוּהערענישן פוּנם שמועס- וואס פאר אַ בּייז, חלילה, טוען זײ, אז זי ווערן גרויס?.. און איך בעט נאָר אייגס: הלואי זאָלן די קלענערע נישט זיין ערגער פוּן אוּנזערע גרויסע... אל דארפן דען זיין רבּנים!..
- אוּן איך װאָס! װאָס זאָג איך דען- כּעסט זיך דער טאטע-- איך שעם זיך מיט אים!,. ,רבּנים"-- וואס מיינסטוּ װי ווייט איז ער פוּן רבּנות? בּלױז איין טריט אױיף יענער זייט,.. חכמה-- ,רבּנים"ו.,
181