דיין ווערט; אָבּער אוֹיך דאָס דארף האתן א שיעוּר אוּן א מאָס. אלימלכן דארפסטו אָפּגעבּן כּבוד...
- מזאָגט, אַז;די ניין מאָס ריד האָבּן די ווייבּער", אָבּער די מענער האָבּן, לוֹיט מיין מיינונג, מאָסן רייד גאָר אָן אַ צאָל- האָט זיך מיין מאַמע נישט מייאש געווען איבּערצו. רייסן דאס געשפּרעך-- ירמיה, דאַנקען גאָט, פאָרט דאָך נישט אוועק פון אוּנז איבּערמאָרגן, אוּן וועסט נאָך האָבּן צייט זיך אָנצוּרעדן מיט אים צו דער זעט. איך בִּין הונגעריק, די קינדער זענען הוּנגעריק אוּן דער גאַסט א ליין איז אויך אוודאי הוּנִי געריק, ואָרוּם װוזָס האט ער דען געגעסן בַּיטאָגוֹ זןָס טייערע מיטאָג| און דוּ, שלום געצל, ווי אַ טייך, וװאָס שטראמט אָן אַן אויפהער,-- זאָלסט מיר מוחל זיין קיין זאַך געפעלט דיר נישט... נוּ, נוּ, זיי נישט אין כֶּעס, איך בּעט דיך, גי אוּן וואש דיך... די קינדער שלאָפּן איין...
זי האָט געמאַכט אַ פריילעך פנים אוּן געמאַכט אַ מינע אַ בּיס? אַ קאָקעטישע, דצר טאטע האָט זיך נישט געעקענט, אבּער דער מאַמעס בּאַמיאוּנג איבּערצובּייטן דעם אינהאַלט פוּן געשפרעך, צו פּאַרװישן דע שלעכטן אַיינדרוּק, האָט זיך סוף כל סוף נישט אייננעגעבן, די גאַנצע צייט פוּנם עסן האָט דער טאטע גישט אױױיפֿגעהערט צוּ רעדן וועגן דעם, וועגן װאָס ער האָט אָנג;הויבּן. אינדעראמחן, פארװאָס ווארף איך אָפּ אלימלכס בקשה? סוואלט דאָך בּאמת גוּט געווען צוּ ווייזן אלעמען, וואס איך קען, זאָלן די שונאים זיינע זען און זאָלן זיי פאַרשעמט ווערן.:
מיטבּאַטײליקטע אין מיין צער און דערשראָקענע, האָבּן אלע שטובּיקע אראָפּגעלאָזט די קעפּ אוּן אין שטובּ איז געווען אַ טרויער.שטילקייט, בּלוֹין דער גריל אין ווינק?ל האָט זיך געלאָזט הערן... ענדלעןך, ווען דער טאַטע האָט אָנגעהױיבּן צוֹ בּאטאָנען צוּם צענטן מאָל, אז בּאזונדערס דארף מען אָפּגעבּן כּבוד אלימלך דעם מלווה, האָט געפלאצט מיין געדולך אוּן אַיר האָבּ אַ פרעג געטאָן:
= נאַר דערפאַר ווייל ער אִיו אַ מלווה? 20