כא.
ווען מיר זענען צוריקגעקומען פון קלוֹיז, האָט אונז די מאמע בּאגעגענט מיט פרייך. אָבּער וי זי האָט נאָר א בּליק געטאָן אוֹיף מיין טאַטנס צאָרניק פּנים, ואס פארשטעלט זיך פאר גלייכגילטיק, און אוֹיף זיין פאַרבּארגענעס קרוּמען קיק, האט זי זיך גענוּמען בּאַמיען מאכן שלום צווישן אונז מיט כֹּל אַ מיני פאָרטלען.
אַ שפּאַס האָט מיר דער טאַטע היינט בײיטאָג איינגע. אָרדנט... דוּ הערסט, ירמיה? היינט ּייטאָג זענען מיר געגאַג. גען אין גאַס... כאַ-כאַ, אז איך דערמאָן זיך קען איך זיך נישט איינהאַלטן פון געלעכטער... וועמען ער טרעפט, זאָגט ער אָן: מיין ירמיה איז דאָך געקוּמען צוּפּאָרן! ,אַ גאסט האָבּ איך!*... אַ ספּאַס אוּן נישט מער,..
-;טעמה פּי טוב סחרה, לא יכבה בּלילה נרה"-- האָט זיך דערווייל דער טאַטע אונטערגעזינגען ,אשת חי?* אין זיין פנים זאָגט עדות וועגן טרויעריקע געדאנקען, וואס זענען איצט בּיי אים-- ,ידיה, אוי, ידיה שלחה",.. מעגסט דיר זאָגן, ירמיה, װאָס די ווילסט. דוּ האָסט זיך רעכט צי זיין אין כּעס אוֹיף מיר... ,שלחה בכּישור"... איך לאָן דיך נישט צוּ רוּ... ,ידיה שלחה בכּישור, וכפּיה תּמכוּ",,, דו הערסט?.. דוּ ווייסט נישט, וי זיך אויפצופירן מיט מענטשן... איך בִּין דיין טאַטע- בִּין איך מחויב דיר אוֹיפמערקזאם צו מאכן: איך ווינק צוּ דיר מיט די אוֹיגן, אוּן דו דערעפּירסט נישט... בֶּערל שמאַטניק, חיים היטלמאכער, ישראל דרדקי" מלמך, אלימלך דער מלווה= אַלעמען איין ,שלוםיעליכס", מיט קיינעם רעדסטוי נישט אוֹיס קיין איבּעריק וואָרט... איך פאַר. שטיי; דו ווילסט ווייזן אָז דו פֿארמאָגסט גאַוה, אז דוּ ווייסט
19