Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
204
Einzelbild herunterladen

ר'זאָל דאָס פארלאנגען, נאָר אזוי זיך... עטלעכע שעה אַ טאָג, בּלױז כּדי איך זאָל נישט פארגעסן דאָס, אויף וװואָס איך האָבּ פארבראכט מיין גאנץ לעבּן...

די צװייטע סעודה פוּן יענעם שבּת איז שוין אַ דורך בּשלוֹם. צר האָט לאַנג גערעדט מיט פאַרשיידענע מליצות װעגן די ,מחשבוֹת זרות?, װאָס קומען אים אין קאָפּ אַריין בּיי שמוֹנה. עשרה דאוונען. ער זעט אין זיין פאנטאזיע מיין צוקוּנפט: מיין שווער איז אַ מיוחסדיקער גביר... אלע זענען מקנא מיין גליק... און אויך אים, דעם מלמד, איז גוּט צוּליבּ מיר,

דערנאָך, װען דער טאַטע האָט אױסגעטאָן זיין קאפּאָטע, כּדי צוּ האָבּן אַתּענוג פוּן שִבּתדיקן שלאָף אוּן די מאמע האָט אָפּגעטרײס?ט די בּרעקל?עך חלה פונם טיש און זי האָט װידער גענוּמען לייענען דעם ,צאינה וראינה", האָט דער טאטע גע­פּרוּבט צוּ פארטיפערן זיין געשפּרעך אוּן מיך אױסצופּרוּבן מיט כיטרעקייט: װאָס װאָלט איך געזאָגט, למשל, װען, עס וװאָלט זיך געפּוּנען דאָ אין צ., עפּעס אזוינס, װאָס ער זעט אין זיין פאנטאזיע? אוּן וויבּאלד ער האָט אָנגעהויבּן שאַרן קוילן, האָט ער זיך שוין נישט אָפּגעהאלטן, האָט ער זיך שוין נישט גצ­קענט אָפּהאלטן, פון זיין חשק מיך אױיסצושטראָפן און ר'האָט אָנגעהויבּן;

- אָנּער קוק זיך איין, יהודית, וי די זאך וואלט אים נאָרנישט געווען נוֹגע..,,

אָבּער אין דערזעלבּער מינוט האָט זיך געעפנט די טיר אוּן אין שטוב זענען אַרינגעקוּמען עוֹבדיה און יעקב. די קינדער האָבּן זיך תּיכֵּף בּאהאלטן; די מאמע מיט איר ,צאינה וראינה" איז אין אַן אויגנבּליק נעלם געװאָרן; אוּן ערשט, ספּעטער, ווען די קינדער האָבּן זיך אומגעקערט פין זייער בּאהע?טעניש, כּדי אָנצוּקוֹקן די אריינגעקומענע, און או די מאמע איז שוין אַ בּיסל געקומען צו זיך אוּן האט זיך בּאי רוּאיקט, האָט זי אויסגעדריקט פוּן לעם.אויוון ארויס, איר נײער זיץ אָרט, אירע געפילן: אַדאנק גאָט, אין מיין זכות זעט זי אויך אָן מענטשן. מיין וערט איז דערהויבּן געוואָרן 204