Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
219
Einzelbild herunterladen

אין עטלעכע מינוּט ארוּם די שטימע פוּנם בּרענגער-- וי איך בּין אַיד... שווער... ס'איז זײער שווער אָן אפערד... איר דארפט רחמנות האָבּן...

- איך קען נישט, בּער?, כ'קען נישט... דוּ מאכסט פון מיר א תּל... איך נויטיק זיך אויך אין רחמנות... איך בּין נישט ר' צדוק דער אייניקל... איך קען נישט...

- זי מיר מוֹחל, ירמיה-- האט דער טאטע מיט מיך גערעדט, װען מיר זענען אהיימגעגאנגען-- איך וויל דיך לפּעס פרעגן, און דו זאָלסט מיר מוֹה? זיין. איך װייס טאקי אַז איך בִּין זיכעף נישט װערט דיין ,שיחת חולין", פוּנדעסטוועגן קומט בּײ מיר אויס.. איך בִּין עלטער פוּן דיר, פוּנדעסט. וועגן... איך פרעג דיך: דו האסט זיך דאך אָנגעלייענט גענוּג קלוּגע בּיכער, טאָ פֿארװואָסזשע-- זיי מיר מוֹחל; אז דוּ וילסט נישט, װעל איך מער נישט רעדן-- פארוואסזשע זעט עס אויס, וי דו װאָלסט נישט געקענט רעדן מיט קיין מענטש? אלימלך רעדט- אוּן דו שמייכלסט. דעם ,מאמר* וואס ער האט דער. מאָנט- דאָס האסטוּ דווקא גישט געוואוסט, ווי אויף צו להכעיס.., אוּן אין דעראמתן, פארוואס קענסטוּ אים נישט צ ו זאגן, אז דוּ וועסט לערנען דיינע תּלמידים תּנ"ך מיטן מלבּים! דוּ קענסט נישט!.. און וויאזוי האלטסטוּ עס מיט צווייפעלן, אז ער איז נישט געווען קיין כּוֹפר-בּעיקר!.. יאָ... אָט דאָס איז דאך עס, וואס איך זאָג.. אלימלך פרעגט וועגן די-ער אפּיקוֹרסים-- א קלוּגער ענטפערט: ,כּדי זיי צוּ קענען, מוּז מען זיך דאך חברן מיט זיי"... אט דאס וואלט געווען אן ענטפער...

-- ירמיהן פייערמאן!- האט א קוֹל פין הינטעף אוּנו אי בּערגעהאקט מיין טאטנס מאנאלאג.

דאס איז געווען יעקב עובדמאנס קוֹל, ואס האט אונז אנגעיאגט בּעת מיר זענען געגאנגען פון אלימלכן(משה שמערלס הויז איז אין שכנות אין בּלױז א שמאלעױ דורכגאנג טיילט פאנאנדער דאס הויז און אלימלכס דירה) און ער

האט מיר געבּעטן, איך זא? ארייו צו אים. אלע מיינע תּירוצים 209