Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
220
Einzelbild herunterladen

האט ער אפּגעווארפן אוּן האט מיך שטארק געבּעטן און האט מיך אויך אויסגערעדט אלעמאי איך בִּין נישט דאנקבּאר: ער איז געווען בַּיי מיר אינדערהיים, און איך וויל נישט אריינגיין צו אים. און פאר װעמען האבּ איך מוֹרא? זיין טאטע איז איצט אין וועג, און בּכלל איז איצט קיינער נישטא בּיי זיי אין שטוּבּ א חוץ אים און זיין שוועסטער, און די לאנגוויי. ליקיט איז גרויס.

- אינדעראמתן, ירמיה, אויבּ דוּ פוילסט זיך נישט, גיי-­האט אים מיין טאטע אונטערגעהאלפן.

משה שמער?ס אַליין האָבּ איך געקענט ווייניק, אַזױ פיל, וויפל איך האָבּ געקענט אַלע ציער איינוואוינער-- צר האָט זיך אין תּוך אינטערגעשיידט פונם טיפ פון יידישן ,בּאַלעבּאָס", וועלכער איז אַ צערטלעכער אוּן אַ שװאַכער בּטבע און וועלכער איז אַבּיסל נוֹטה צוּ אידעאלישקייט אוּן צוּ אהבת התוֹרה. משה שמערלס איז געווען אַ כאַראַקטער אַ שווייגנדיקער, אַ קאַרגער, אַ בּייזער, אַ דעספּאָטישער. ,אַ שטיל װאַסער, װאָס גראָבּט טיף*-­אַװױֹי האָבּן אים אָפּגעשילדערט די שטאָט-מענטשן. די אויגן זיינע האָבּן אַפערגעקוקט פון אונטערן שטערן אַרוֹיס, אויגן פאַרדאַכטלעכע און אַריינדרינגענדיקע אין די געהיימניסן פוּן יעדער ואַך. און זאַכן, װאָס האָבּן צו טאָן מיט פרוּמקייט-­תּהלים, ,חוֹק לישראלי, דאַװנען מיט מנין װען סי זענען נישטאָ קיין קוֹנים אין קראָם-- איז ער געװען זײער אָפּגעהיטן. אויך די פאות זיינע זענען געווען כּמעט לאַנגע, נאָר ווען ער פלעגט קומען צוּ ,פּריצים", פלעגט ער זיי פאַרשאַרן אַהינטער די אויערן. אין די שידוכים פֿאַר זיינע עלטערע טעכטער און אין אַלע פראַגן פוּן פּראַקטישן לעבן איז ער תּמיד בּאַשטאַנען אויף דאָס זייניקע. אין האַרצן אוּן אין די רייד זיינע איז געווען אַ פוּלשטענדיקע פאַראַכטוּנג פאַר דער ,העבּ. רעאישקייט": אַז אַיוּנגערמאַן לײענט אַ רוּסיש בּוּךְ,-- איז דערין נישטאָ קיין שוֹם בּייז, וואָרוּם מ'דאַרף דאָך וויסן וי צוּ רעדן מיט אַ ,פּריץ"; אָבּער די אַלע בּיכער אויף לשוֹן-קוֹדש-­דאַס איז נישט מער וי בּלױז אַ צייטיפּטרונג. פייגען, זיין 220