Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
222
Einzelbild herunterladen

יוֹצרות... דאַס האָט מיר אלעקסאנדעף דערציילט וועגן עמיצן אנדערש אין א... עפּעס א חיימ... ח... חיימזאָן..

- חיימאָוויטש,

--יאָ, יאָ, חיימאָװיטש. א בּיסל א משונהדיקער מענטש, נישט אמת!

- א משונהדיקער? אבּסאלוּט נישט! אמת, ער איז משונהי דיק און אנדערש וי דער הער בּוּרסיף, וועלכער רעדט וועגן אים. דעמדאָזיקן היימאָוויטש קען איך זייער גיט. ער איז מיין פריינט, אזוי ווי אַ בּרוּדער איז ער צוּ מיר. דאָס איז א ליכטיקע אוּן ריינע נשמה. דאָס הייסט... יאָ... א אידעאליסט אין פיינסטן זין פוּן דאָזיקן וװואָרט, א מענטש פוּן יי.

-- אוּן בּוּרסיף!..

- בּוּרסיף?

- א שרעקלעכער פֿעסימיסטו א ,דעמאָן"!-- האט זי געשמייכלט,

- א דעמאָן? בּוּרסיף.. אייגנטלעך, איך קען אים בּלױז פוּנדערווייטנס, אבּיס? נאָר... איך האָבּ זיך מיט אים בּאקענט בּלױז אקורצע צייט, בּאלד נאָכדעם, וי איך בִּין ארויס פוּן דער ישיבה, יאָ...

- אוּן ער זאָגט דאָך, אז ער איז געווען דיין לערער!

-- ער איז געווען מיין לערערו.. כ'האָבּ בּכלל נישט געהאט קיין לערער... אוּן דעריבּער בִּין איך אינדעראמתן פארי בּליבּן א גראָבּער יוּנג..י

איך האָבּ געשמייכלט ווי א שוֹטה, זייענדיק גרייט זיך אליין צוּ צערייסן װי אַ הערינג צוּליבּן קלאנג פוּן מיין שטימע און צוּליבּ מיינע פולשטענדיק אומנויטיקע רייך, אוּן מיין מיטשמועסערן האט אויפגעהייטערט איר שטימע:

-- יעקב, דו בּיסט זיך מן הסתם טועה. אלעקסאנדער האָט זיכער בּלױז געזאָגט, אז ער האט געזוכט א לערער פאר הער פײיערמאַן...

- אויך דאָס..-- האָבּ איך זיך פארשעמט אוּן האָבֿ אראָפגעלאָלט די אױיגן-- אויך דאס... איז קיינמאָל נישט