געווען... אָבּער דאס האט נישט קיין שייכוֹת.. 5'אין נישט װיכטיק.. יאָ.
דערנאָך האָט אָנגעהויבּן הערשן אַ שטילשוייגעניש, וועלכע האט געדויערט בִּיז איך גין פון דארטן אוועקגעגאנגען אוּן אז איך האָבּ מיך פארענטפערט אלעמאל איך- אייל זיך גיין אהיים און כ'האָבּ געזאָגט: ,איך קען שוין מער נישט פארזאמען"-- האָבּ איך נישט געואָגט קיין ליגן. אמת, איך װאָלט בּאשטאנען אָפּצוּגעבּן אלץ וואס איך פארמאָג, כדי דאָרטן צוּ בּלײבּן זיצן, ווען אַ געוויסע זאַך וואלט זיך געפוגען אין אַן אנדער לאגע. אֶבּער אין די זאַך איז געווען אזוי װי זי איז; האָט זי אין מיר דערוועקט אַ שטארקן בּאגער זיך צו בּאהאלטן אין דער פינטערנישט פונם דרויסן..,
- הער אויף, ירמיה, מיט דיינע נארישקייטן. צען אזייגער שוין שפּעט!
- איך דארף נאָך שרייבּן בּריוו היינט אינאָונט..,-האָבּ איך ארויסגעשטאכלט...
איך בִּין ארויסגעגאנגען אוּן ח-טהיגעהאַט, װאָס אנטלויף איך עפעס! וואס פוּן מיין אויפפירונג דע-וועקט אין מיר אזעלכע שארפע פּייניקונגען?{איך בּין בּאמת געבּליבּן אַ גרא. בּער יונג"... אבּער וואס איז דא אזוינס, אויבּ איך האָבּ שוין אַרױסגעזאָגט עטלעכע נאַרישע פראזן? בּכלל, וואס איז די טראגעדיע, וואס איך װיל מיר אליין שאפן! אט דאָס איז אַ ישיבה-בּחוױ| איך בִּין פרעמד יעדן מיידל אוּן נישט מער, דאס איז נויטיק בּלױז צוּ וויסן, נישטא וואס צוּ לאכן דערפון אוּן נישטא װאָס צוּ וויינען דערו ף, מעגלעך, או זי אין בּאזוּנדערס װייט פוּן מיר װײל זי אַ מער סינפּאטישערע, יעדנפּאלס דארף מען עס גובר זיין כדי נישט צוּ שפּילן די ראָל פון אַ קאָמישן העלד. גאַרישע געפילן האָבן אויפגעשפּראצט אין מיר פון איבּערטריבּענעם לייענען ראָמאַנען!.,
וען איך בין שוין געווען נאענט צו דער היים, האָבּ איך זיך אוּמגעקערט און בִּין צוּגעגאַנגען צום פענסטער, פוּן וועלכן איך האבּ זי געזען אינגאנצן. אין איר גאנצער געשטאלט, זי
223