Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
228
Einzelbild herunterladen

ר' צבי גלותזאנס מיטלסטע טאכטער, די צארטע און שוואכע, איז א שטיקל ציוֹניסטקע און זי קען אויך ארויסזאגן עטלעכע קוּרצע זאצן אייף העבּרעאיש, וי ,מה טוֹב ומה נעים"...

- נוּ, עוֹבדיה, ירמיה, לאמיר גײין ירמיה, קָוּם דו אוין צוּזאמען מיט אוּנז ועסטוּ אוּנז זיין אן ארויסהעלפער. איך האף, אַז װען גד װעט דערזען געדרוּקטע וװערטער, װעט ער זיך בְּאַציען צוּ דעד ואַך גאָר אַנדערש. ער פֿאַרמאָגט גוטע בּיכער, וועלכע ווצרן בּײ אים אין שטוּבּ פֿאַרשימלט אומזיסט אין אומנישט. בּיז איצט האָט ער נישט געװאָלט געבּן. אויך די שוועסטער מיינע, דאַכט מיר, אַז זי איז איצט דאָרטן און דוּ מאַמע האָט מיך געבּעטן איר צפּעס איבּערגעבּן...

און זאַלבּעדריט גײען מיר צי יעקבס פעטער אין הויז אַרײין.

אין אַ זאַל פול מיט בלאָטע און שמוץ און מיט קישנס אוּן פּערענעס, וואָס װאַלגערן זיך אוֹיף דער פּאָדלאָגע, דרייט זיך אַרוּם אַהין און אַהער אַ קליין בּאַשעפענישל, איינגעבּונדן אין רצועות פוּן תפילין- דאָס איו גד, ר' צביס זין איינער פוּן יענע בּאַלעבּאַטישע בּחוריס, וועלכע לערנען אין חדרים גיז אֵיאָר זיבּעצן, אוּן דערנאָך פֿאַרבּרענגען זיי זײער צייט אין פאַרשײדענע קלױיזן אַלס ,פאַר-זיך.לערנער" און פּרוּון אויך לערנען בּיי לערערס שפּראַכן אוּן קענטענישן און שטעלן זיך צוּם עקזאַמען אויפן קוּרס פון די ערשטע קלאַפן. גימנאַזיע(אין אָט דער תּקופֹה ,ווידמענען" זיי אויך אַ פּאָר חדשים אויף אויסצולערגען גרינטלעך העבּרעאיש דיקדוק, און סיטרעפט אַז זיי דערגרייכן דאָ אַזש בּיז די ,פּועלים"). אָבֶּער דאָס אַלץ דויערט ביז אַ יאָר צוויי איידער ס'קוּמט די צייט, ווען מ'רופט זיי צוּ מיליטער.דינסט. דעמאָלט זענען זיי זיך נוֹהג אַלץ צו פאַרלאָן: זיי דארפן דאָך אינגיכן שטיין צוּם מיליטער, און נאָכֿדעם, וי זיי ווערן פּטור פון מיליטער-דינסט, הויבּן זי אָן צוּ{שטיין אין שידוכים", די וועלט איז אַ גלגל-החוזר. אַז דער בּחוף הער גד, זאָל לעבּן, דערזעט די אַרײיג.