Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
229
Einzelbild herunterladen

קומענדיקע, פאַלט אים איין אַ ואוּנדערלעכער געדאַנק זיך אויסצודרייען צוּ דעף װאַנט אוּן זיך אַװעקשטעלן גלייך, וי ער װאָלט געדאַוונט שמוֹנה.עשרה. בּע!.. וואָס קענסטוּ אים איצטער טאָן 1 יעקב גייט צוּ אוּן רייסט אים אָן בּיים אויער. דאַן קומט אַריין ר' צבי בּכבוֹדוֹ ובעצמו פיט אַ מענה. לשוֹן.

- ויבוא המן... ווער, מיין טייערער, בּעט עס דיך איבּער. צוּרייסן מיין זון אינמיטן דאַוונען? אויך אָן דיר איז ער, בּרוך השם, נישט קיין גרויסער בּעלן אויף דאַוװונען. ס'איז ראש" חוֹדש- און ער איז חוֹלה צו גיין אִין בּית.מדרש... דאַוונען מיט מנין. עפּעס אַ קלייניקייט!

- אָטאָ דאָס רופט זיך על פי תּלמוד אַ שלעכטער שכן ­ווייזט עוֹבדיה אַרױס זיין בּקִיאוֹת,

-- איך בּין געקומען, װאָס אַן אמח, מכּוֹח אַ וויכטיקערע זאַך וי איבּערייסן דאס דאַװנען- לאכט יעקב,

- אָבּער אז ס'רוקט זיך אים אונטער אַ מצווה, וויאַזװוי. ושע זאָל ער זי אָפּלאָון!- גיט צו עוֹבדיה.

כדי נישט אָנצוּהױבּן גלייך פוּן דער קאָרעספאָנדענץ, האַלט זיך יעקב ביי זיין ליגן און ער גיט אַ פרעג

- די שוועסטער מיינע איז דאָך געווען דאָ?.

ר' צבי הויבּט אָן פוּן זיין זייט מיט אַ געבּעכדיקער שטי. מע: ,וואָרוּם ווען קומט דען אײַער פילאָזאָפקע אַריין צוּ אוּנו אין שטובּ אַרײן?- צים סוֹף מאכט ער אַ פריילעך פּנים צוּ יעקבן, אוּן די אויגן זיינע, ווי זיי וואלטן נעזאגט: דרי טעכי טער האָבּ איך, דריי דערוואקסענע טעכטער...

זי איו גישטאָ, און פונדעסטוועגן פאַרדריסט מיך נישט אלעמאי איך בין געקומען. מיט אַרוּאיק געמיט הער איך אויס די קוֹלוֹת, װאָס דערטראָגן זיך פון קיך און װואָס פאַלן אויף דער דינסט, ,אויפן שטיק פלייש, וואָס קען אַ קאַץ דעם עק נישט פארבינדן", און אויף ,די כּלות-- די ממזרטעס-=­ואָלן זיי שוין גלייבן ליגן און שוין מער נישט אויפשטיין,

29