Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
236
Einzelbild herunterladen

- א שאלה, שלום געצל, א הארבּע שאלה... דער פּיּ פּיק... שטיי אוֹיף, וועסטוּ זען... מ'דארף גיין צוּם רב י.י

מיין פאטער הװאָט זיך אָנגעטאָן, האט א לאנגע צייט אַרױמגעטאַפּט דאס אָרט פוּנם אומגליק, האט געזיפצט, האָט ארוּמגעוויקלט דעם האלו מיט א װאָלענע שאל-- און אין אוועקגעגאנגען,

קומענדיק צוריק אהיים האָט זיין פּנים אויסגעדריקט אַ ביטער געלעכטער:

- א ייד וועט קיינמאָל נישט עסן א גיט שטיקל...

-- װאָס1 ס'איז טריף געוואָחן?! א, אזא גאנו, אזא גאנז... טרייף געוואָרן... איך האָבּ געוווסט... דאָס הארץ האָט מיר געזאָגט... ס'וועט טרעפן עפּעט אן אומגליק... אזא גאנו... דריי פוּנט שמאלץ...

- נוּ, װאָס קען מען טאָן... א דין איז א דין... דערויף זענען מיר יידן...

א שטילשווייגעניש. דער מאמעס הענט זענען עפּעס ווי אפּגעלאָזן געװואָרן בּיים טאָן די ארבּעט. זי האט אויפגעהערט ארבּעטן אוּן איז געשטאנען מיט אן אראָפּגעבּױגענעם קאָפ ריס פון הארצן". די ארבּעטסט, מאטערסט זיך, דוּ ווייסט פוּן קיין אָפּרוּ נישט- קומט דער שד און נעמט אלץ צוּי דריי פונט ש מ אל ץ.

פּדי צוּ פארטרייבּן א בּיס? דעם גרויסן צער האָט דער טאטע אָנגעהויבּן דערציילן דער מאמען מכּוֹח עוֹבדיהס שידוך. װאָס דער אייבּערשטער טוּט, לאָזט זיך אויס צוּם גוּטן. ער איז איצט צוריקגעגאנגען פון דאָרטן און אויפן וועג האָט ער געטראכט מִכּוֹח דעם. איך בּין געראטצוועט געוואָרן פוּן א צרה, װאָרוּם עוֹבּדיהס מחותּן איז א שווערער מענטש. אנשטאט די טויזנט, וואס ער האָט זיך מתחייב געווען צוּ געבּן, גיט ער איצט בּלױן פּינפהוּנדערט. אוּן ר' חנן.נתן ווייסט זיין ווערט אוּן וויל נישט מוותּר זיין אויף דאָס זייניקע. אהיפשער סיכסוך. דאקעגן די זאך, וואס שטייט איצט פאָר פאר מיר איז אָן קיין שום פַּגימָה. אן אמתדיק גליק..,

226