- די גאנז רעכן איך פארקויפן איוואנען, דעם װאָס הינטערן שטאָט... װאָס זאָגסטוּ שלוֹם געצל?
- אי, א יידענע בּלײבּט א יידענע! איך רעד מיט איף וועגן א װיכטיקן ענין און זי-- גאנז און גאנז... גלויבּ מיר, אז מיין הארץ טוּט אויך אזוי וויי אויפן היזק, פונקט ווי דיין הארץ, אָבּער איך בִּין א מאנסביל... דאס וויינען וועט גאָרנישט העלפן... גיין! איך גִּין אין כּעס.. איך רעד צוּ דיר, אוּן דוֹ..
- װאָס זאָג איך דען? איך זאָג דען עפעס?
- װאָס דוּ זאָגסט!.. נאַ דיר אַ שמעק-טאָבּאַק פאַר דיין גאַנץ זאָגעכץ. דער עיקר... הער אויס! ,װאָס זאָג איך".. דו האָסט גאָרגישט װאָס צוּ זאָגן.. א גאנצן נאַר װייזט מען נישט קיין האַלבּע אַרבּעט..
- איך װייס דען! מיר דאפט זיך, אז זי איז נישט קיין פֿאָר פּאר אוּנזער ירמיהן.
-- פארוואָס?.. אָטאָ דאָס פרעג איך דאָך: פאָרװאָס? דוּ זאָגסט דאָך, אז דו ווייסט... זי איז אַ שיינע...
- אַ שיינע איז זי, אמת... איך האָבּ זי געזען בּיי יאנקל. בּרוכן אויף דער חתונה; האָט זי געשיינט ווי זיבּן זינען...
- טאָ בּכן איז װאָס?.. אפשר ווייסטו, חלילה, עפּעס א פארבּאָרגענע זאך?
- װאָס פאר א פארבּאָרגענע זאך... א מייד? פוּן דער הייגטיקער וועלט..
-- נוּ, אוּן וואָס איז אונזצר ירמיה? אָט דאָס איז דאָך עס טאקע... אמת, ער האָט נישט קיין שום פּֿאפּירן, נוּ, אָט וי אַ מין ,סמיכות". וואָס מיגיט ארויס אין זייערע, שקאָלעס"... דאָס האט ער טאקע נישט... דאס איז שווער ארויסצוקריגן, האט ער מיר געזאגט... יאָ... אבּער פוּנדעסטוועגן, ווער קען ויך צוּ אים גלייכן אין השכּלה נישט בּלױז צווישן די צ..ער גחורים, נאר אויך אינם גאנצען קאנט!., האסט געהצרט, וי ער האט גערעדט מיט די חמוֹרים יענעם שבּת?.. זיי זענען
דאָך לחלוטיוז חמוֹרים אנטקעגן אים. א שאד וואס ער גייט 237