Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
238
Einzelbild herunterladen

אנגעטאָן וי אבּי-ווער... דעריבּער שׁעמט ער זיך אביסל... קליידער גיבּן א סך צי א מענטשן... אז ער וועט קריגן בּאצאלט פארן ערשטן חוֹדש דארף מען, למען השם, אים אויפנייען מלִבּושים, ווי ס'פּאסט פאר אים.י. אמת, ער קוקט נישט אזוי שטארק דערויף אוּן ער גייט אהין יעדן טאג... אבּער א שיינער מלכּוש וועט נאך פארגרעסערן זיין אָנזען. די טבע פוּן בּחורים קען איך בּעסער פוּן דיר... איך בִּין אייך גצווען אַ בּחור... דער עיקר איז בּיי זי א ,שיינע-" קרן*.. און זי.י. לויט מיר נאך, וועט זי אים אויך וועלן... א מושלם איז צר דאך... אַרױסווײיזן זיין קענטשאפט בּאמיט ער זיך מן-הסתּם אליין... איך האב שוין אױסגעפאָרשט די זאך זייער גוּט..' אמת, אויסערלעך איז ער אבּיסל א ישיבה-בּחור.., אבּער דאס איז נישט דער עיקר. דוּ מיינסט, אז ער וועט נישט קענען טראגן קיין גאלדענעם זייגער. ער וועט קענען! אוּן ס'וועט אים פּאסן און קליידן אויך... איצטער טרעפט, אמת, אז ער רעדט נארישקייטן... ער איז נאך א יינגל... ,צי דען קענסטו זיך פארשטעלן, אז איך וועל זיין א סוֹחר?"-- האט ער מיר געזאגט... כא-כא... ער איז נישט פאסיק צוּ זיין א סּוֹחר-­א שווערע זאך! א ,גמרא-קאפּ"' וועט נישט קענען קויפּן אין פארקויפן!.. יהודית, דאס אלץ איז גארנישט... איך האף, או מיר וועלן נאך זוֹכה זיין צו זען אים אלס איינעם פוּן ד*, וואס שטייען.איין בּשעתן יאריך בּיי ר' צדוק דעם אייניקל ייי אוּן ער וועט זיין א פיינער סוֹחר: א בּןְ-תוֹרה, א תלמיד-חכם!.י דוּ געדענקסט יענעם בּיכיקן?.. ער איז אויך אין דער יוּגנט געווען א ישיבה-בּחור... אדרבּה, דאס איז נאך א שטיקל? מעלה, וואס ער איז אויסערלעך... עדע... משה שמערלס וויל איצט גראד אזוינעם... בּיים חתונה-כאכן די עלטערע טעכטער האט ער אמת געזוכט א שידוך צו טאן מיט גבירים, אוּן איצט וויל ער דווקא א ,צאצקע", וואס זאל בּיי אים זיין א קעסטיקינדי.י דוּ פארשטייסט! די רחל, אדער ,ראכיל", ווי מ'רופט זי בּיי די בּירסיפס אין הויז, כא:כא, זי איז זיין ,לעצטע", מוּזינקל... אוּן נאך עפּעס: אי דער שטיל ועל איך דיר 228