אויסזאגן, משׁה איז, אמת, איצט א תּקיף. א תקיף, וי ס'געהער צוּ זיין, אבּער אין מזומנים איז ער אבּיס? געענגט, אוּן דידאָ: זיקע רחל וויל ער חתונה מאכן וואס פריער, פדי זי זאל זיך נישט ארייננעמען קיין שגעונות אין קאָפּ אַ ריין... מיין נישט, חלילה, קיין שום שלעכטס. זי אַליין איז אַ וואויל מיידל, אַ באלעבאטישע, אוּן אז זי װעט חתונה-האָבּן, װעט זי זיין א ווייבּ וי אלע וויבּער, וי ס'בּאַדארף צוּ זיין... אויך איצט, חלילה, איז נישטא קיין שום שלעכטס.. סתס.. אבּיס?ל פון צעצערטלטקייט, פוּן צופיל גוטס, אוּן א בּיס? פארדרייט מען איר דעם קאָפּ דאָרטן בּי די בּורסיפס מיט כל המיני נאַרישקייטן: פאָרן קיין אויסלאנד, צוּ דער טייוול ווייס דאָרט וואס נאָך... אין אפשר וועסטו מיך פּרעגן, פונוואנען איך ווייס דאָס אלץ?.. איך זאָל נישט וויסן?.. משה האָט נמעט בּלוֹיז מיט מיר גערעדט װעגן דעם וויסגדיק, אז איך פארנעס זיך צובּיסלעך מיט שדכנות... דאַן האָבּ איך מיר אַ טראכט געטאָן:, אלי*, צוּ מיר- שטייט געשריבּן... אוּן משהן קענסטוּ דאָך: ,אומר ועושה", גערעדט אוּן געטאן... צר האָט פיינט צו פּרעגן... וי אַ מאנסבּיל... מ'דארף נאָר, ער זאָל וועלן, כ'מיין צוּ זאָגן, משה שמערל?ס... איך ווארט שוין מיט אומגעדולד, ער זאָל קוּמען ציפאָרן.. ער וועט קומען אין עטלעכע וואָכן ארוּם, וועל איך דעמאָלט צוּטרעטן, צוּם ענין,.. לעתיעתה האָבּ איך נאך אוּנזערן גאר נישט גע. ואָגט... זאָל עס זיין נישטוויסנדיק... דערווייל וועט ער דארט ווֹערן אן אריינגייער... איצטער פארשטייסטו שוין אלע מיינע װעגן, האַ? וװאָס זאגסטו, װאָס ענטפערסטוּ דערויף!... חכמה!...
- װאָס זאָל איך ענטפערן{... איך ווייס דען!... זאָל גאָט טאָן, ווי אים געפעלט.. א, ס'איז שוין טאָג.. איך דארף נאָך צוּגרייטן צוויי געגז...
- אין קוק אויף דיר... איך קיק זיך איין. א בּהמה... רו קענסט גאָרנישט פארשטיין... האָט פּאַריבּל דער טאָטע...
און איך ליג אומבּאוועגלעך,
29