דאָס, וואס ער פלעגט זיך נישט נוֹהג זיין צו טאן אין ז טעג פוּן גרויסע האפנונגען.
אֶט האט ער געענדיקט עסן מיטאג. ער דארף גיין אין זיין חדר אריין, אבער ער זיצט זיך, פארלייגט דעם לינקן פום אויפן רעפֿטן- אוּן רויכערט... דערנאך פארקרימט ער דאָס פּנים, וי ער וואלט זיך אָפּגעטרײיסלט פוּן דערדריקנדיקע טרויעריקע מחשבוֹת, ער פירט דוּרך זיין אָדערדיקע-האנט דוּרן דער בּארד און הויגט א|:
- אט דאס זאגט די וועלט:.א מענטש טראכט, אוּן גאט לאכט". אוי, אוי, אז איך נעם זיך איצטער דערמאנען אלע מיינע חלוֹמות וועגז אים! ירמיה וועט קוּמען... אנגעטאן ווי א גראף... קיין מענטש װעט נישט וואגן צוּצוּגיין צוּ אים... א,ריסטאקראט"--און פירט זיך אויף מיט יראת-שמים... וואס צו גאט-איז צוּ גאט, אין וואס צוּ לייט-- איז צו לייט... ער קען געפעלן כֹּל המיני מענטשן... מ'דארף אַ שמוּעס טאן מיט א מייד?-- עױ קען דאס אויך!(דאס איז אויך נויטיק, נאך וי נויטיק!..) הכלל, דער שטאלץ פון זיינע עלטערן... אלע ווערן בעל פאר אים... און שלוםיגעצ? פילט זיד אויפן זיבּעטן הימ?.===
א קוּרצע הפסקה. די דוין רעדער קוּמען ארויס אוּן שטייגן פוּן זיין מויל פאמעלעך.
-- פיפיפ"ף... ירמיה איז נעקומען... נאקעט אין אפּגעי ריסן... שעמט זיך פאר יעדן מענטש. נישט דאס און נישט יענץ: נישט קיין הסיד אוּן נישט קיין ריסטאקראַט... ס'איז נאך דאַנקן גאָט... די גאַנצע װעלט וייסט נאָך נישט דעם אמת..י אַסך זענען זיך טוֹעה... ס האָבּן זיך נאָך געפונען אַועלכע, וועלכע וילן אים איבּערגעבּן די קינדער, עױ ואָל זײ לערי נען תוֹרה... אָבּער שלום-געצל אַלֵין-- שלוםיגעצ? איז געגליכן צוּ אַ גרויסן סוֹחר אין די פאָרט-ישטעט... די געשעפטן זיינע טומלען... אַיאַיאֵי... ער איז איבער אַלעמען... אוּן פּלוּצים, אינמיטן דערינען-- קוּמט אָן אַ טעלעגראַמע... זיינע שיפן ועי נען אונטערגעגאנגען איז ים.. נישטאָי.. גענוג, שלום-געצל,
22