Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
266
Einzelbild herunterladen

חונגער, לוקסוס, אַרבּעט, פוֹילקייט, פילאָזאָסיע, אוּמוויסנהייט, גלוֹיבּן, לייקענונג...

װאָס גייט דאס מיך אלץ אָן!

איך ווייס איצט בּלוֹיז איין זאַך: ווען איך וואלט געי האט די מעגלעכקייט צוּ הארכן די שטימע פוּן מיין בּאוואיסט. זיין, װאָלט איך דאך נישט געדארפט, איך, ירמיה פייערמאן, וואלט נישט געדארפט לעבּן אפילו איין שעה. און איך 7עגּ אוּן װעל מארגן אוֹיך לעבּן. איך װעל זיך נישט בּאפרייען. איך פארמאָג נישט דעם שטאַרקן ווילן זיך צו בּאפרייען. עס מעלט מיר די אינערלעכע פרייהייט...

אין מיין תּוֹרה געפינט זיך אַזאַ פּסוק: ,זע, אָט האָסטוּ פאר דיר צוויי וועגן: איינעם אַ בּעל-כּרחוֹדיקן אוּן דעם צווייטן אַ פרייוויליקן-- משוגעיווערן און זעלבּסטמאָרד. טאָ קלייבּ.זשע אוֹיס דעם טוֹיט!"

און איך, וי װייט איך בּין פון דעמדאָזיקן שריט!

אוֹי, גרוֹיזאמער שטן, וואס שפּילט מיט מיך|

אָבּער וואס פאר א שטן?.. אַן אָפּגרונט?.. ניין, אויך דאָס נישט. איך וועל איבּערלאָזן דאָס װאָרט פאר די העלדן, קיין שטן איז דאָ נישטאָ, קיין אָפּגרוּנט איז דא נישטאָ, נאָר א זאַק איז דאָ פאַראַן, אין דער זאַק איז אוֹיבּן פארבּונדן. אוּן ערגעץ.וואוּ אין אים געפינען זיך עטלעכע טראָפּנס האָניק. געציילטע ווערים לעקן דעם האָניק, א סך דערקריגן זיך נישט צוּ אים, אוּן נישטיווילנדיק שטוֹיסן זי זייערע חברים,. אָבֶּער דער זאַק איז פארבּוּנדן...

איך זיץ איינזאם. נאכט. אוֹי, פארוואס שריי איך נישט פוּן די שטאַרקע ווייטיקן מיינע?

איך זיץ און שויייג, פֿוּנקט אַזוֹי װי נעכטן, ווי אייער' נעכטן אין דערזעלפּער צייט...

איך זיץ און שוייג, שאַ.. 266