הקדמה
דאס בּוך, וואס ווערט דא פארגעלענט דעם לעזער, שטרעכּט צו זיין איינציימיג אי א לערן-בּוך, אי א לײעןבּוך, אי א האנט-בּוך.. צו ארים זיינען מיר אין וויסנשאפטליכער ליטעראטור און אין וויסנשאפטליכע כּחות, אז מיר זאלן זיך קאנען דערלויבּן דעם ,,לוקסוסי' פון שאפן ספּעציעלע בּיכער פאר יעדן מין לעזער און פאר יעדער אַרט בּאדערפעניש. די חסרונות, וואס שטעקן אין דער דאזינער פילוייטינקייט פון בּוך, זיינען נוט בּאקאנט דעם מחבר, נאר ער האט זיי בשום אופן ניט געקאנט אויסמיידן--- און די קריטיק, וי שטרענג זי זאל ניט זיין אין אלע איבּעריגע פּרטים, מוז זי אויף דעם דאוינן חפרון פון לכתחילה אָן מוחל זיין,
אונז פעלט א בּוך, וואס פון אים זאל מען קאנען לערנען מיט דערוואקמענע אויף אוונט-קורסן, אין פאלק-אוניווערסיטעטן, אין העכערע קלאסן פו מיטל-שולן דאס אידישע לעבּן אויפן נרונט פון ציפערן, אויפן גרונט פון אביעק" מיווע דאטן. מיר מאכן די ערשטע פּראבּע צו געבּן אזא בּוֹךְ. מיר האבּן זיך געפלייסט, די שפּראך זאל זיין פּאפּולער, צוגענגליך; יעדער ענין זאל בּאהאנדלט ווערן ניט ,, הויךוויסנשאפטליך"', נאר פשוט, אין א מענשליכער שפּראך. דער מעקסט איז אומעמום גענוג אנגעזאפט מיטן אינהאלט פון די טאבּעלן, אזוי אז דער נימצוגעגרייטער לעזער, וואס קאן ניט אדער וויל ניט זיך גריבּלען אין
די מאבּעלן, קאן זיך בּאגעניגענען מיטן טעקסט אליין. לכתחילה האבּן מיר נעך האט בדעה צו נעבּן דעם טעקסט מיט צווייערליי שריפטן: מיט גרעסערן דעם צוגענגליכערן טייל פארן פּשוטערן תּלמיד און מיט קלענערן שריפט דעם האַר" בּערן טייל פארן העכערן מין תּלמיר. ס'האט זיך אבּער ארויסגעוויזן פאר זעהר
= שווער דאס דורכצופירן, און די דאזיגע ארבּעט פון צופּאסן זיך צום קאנקרעטן
תּלמיד האט געמווט איבּערגעלאזט ווערן פאר דעם לערער נופא. דער לערער, האבנדיג פאר זיך דעם לעבּעריגן קלאס מיט תּלמידים, װעט אליין בּעסער קָאנֶען
9