בּאשטימען, וועלכע קאפּיטלאך אדער זייטלאך דארפן דורכגעלאזט ווערן נאר אין גאנצן אדער איבערגעלאזט ווערן צום סוף, ווען דער קלאס וועט שוין זיין מער אדער וויינינער צוגעגרייט צום ענין. נאך יעדן קאפּיטל קומען פראַגעס, וואס געבּן א מעגליכקייט דעם לערער צו איבּערחורן דאס דורכגעלערנטע און אויך צו קאנטראלירן די קענטענישן פון די תּלמידים,
דאס בּוֹך וויל אבּער זיין אויך א ליען בּוך-- א לייען-בּוך פארן מיפּיש אידישן ניט-דיפערענצירטן לעזער. אט דער אידישער לעזער האט געוויס א אינמערעם צווויסן, וויפיל אידן זיינען דא אויף דער וועלט, וואו וואוינען זײי,. מים וואס פארנעמען זי זיך, וי גרויס איז די צאל געבּורטן און וי גרוים איז די שטארבליכקייט בּיי אידן, װי איז דער קולטורעלער צושטאנד פון פא רשיידענע טיילן און פון פארשיידענע קלאסן פון פאלק און צענדליגער אנדערע אזעלכע פראַגעס, געבּן אט דעם לעזער אין א פּאפולערער פארם א בּיִלד וועגן אט די אלע זייטן פון אודישן לעבּן אויפן גרונט פון ציפערן, בּאלויכטן און אילוסטרירט מיט ציפערן; נעבּן דאס אלץ און אזא פארם, אז ער זאל עס קאנען גרינג איבּערלייענען און, אפשר ניט געדענקנדיג קיין איינצעלקייטן, בּאקומען א קלארע און לעבּעדיגע אלנעמיינע פארשמעלונג וועגן קאנקרעטן אידישן פאלק-- אט דאס איז איינער פון די צילן פון בּוך.
און נאך א זאך. אונז פעלט א האנטיבּוך פארן לערער, פארן פּאליטישן מוער, פארן שרייבּער, פארן לעקטאר.= א האנט-בּוך, אין וועלכן יעדערער זאל קאנען געפינען די דאטע און די ציפער, וואס ער האט גויטיג. ער זאל געפינען מענליך די ל עצטע דאמע און די לעצטע ציפער. און ניט נאר די לעצמע. זי דארף נאך דערצו זיין דערגאנצט און דערפילט אדער לכל הפחות בּאלויכטן פון דאטן און ציפערן פון א פריהערדינער היסטארישער עפּאכע. צו דעם האט געשטרעבּט דער מחבּר און האט צוגעלענט גיט ווייניג מיה און ארבּעט, כדי וואס אפטער צו פארגלייכן דעם איצטיגן צושטאנד מיט דער פארגאנגענהייט.
אָט דאס זייגען אין קורצן די צילן, וואס דער מחבּר האט זיך געשטעלט און פארגעלענטן בּוך. אויף וויפיל דאס אלץ האט זיך אים איינגעגעבּן, זאלן אנדערע משפטן.
פארן לעזער ליגט דערווייל גאר דער ערשטער טייל, וועלכער נעמט ארום, אזוי צו זאגן, די נ ע אגרא פיע פונם אידישן פאלק. דער צווייטער טייל וועט זיין געווידמעט דער אידישער דעמאגראפיע-- דעם געשלעכטליכן און
10