Teil eines Werkes 
Hefṭ 1/2 = 1, 1 (1936) Sefer Be-reshit : parasha Be-reshitHefṭ 1/2 = 1, 1 (1936) ספר בראשית : פרשה בראשית
Entstehung
Seite
3
Einzelbild herunterladen

דער נייער.ספר הדרשותי

א פאר ווערטער צו די לעזער (במקום הקדמה)

שוין אריבער דרייסיג יאהר זינט איך זאג דרשות פאר אידען, אין א סך שטעט און שטעטליך איז מיין נאמען בעקאנט אלס. פרא-" פעסיאנעלער דרשן, איך אליין פיל אז איך טוהע ב"ה זעהר פיל אויף מיט מיינע דרשות, א סך מאל זעהע אִיךְ וי אידען ווערען. כעגייסטערט פון מײַנע ריד און עס ווירקט אויף זי אויך.אויף א צייט שפעטער.

מיינע דרשות וואס איך האב געזאגט אין משך פון די אלע יאה­רען זענען נישט פערלוירען געגאנגען, איך האב זי אלע אױפגעשרי­בען און האב אזוי ארום געשאפען א גאנצען ספר הדרשות, אויף יע­דע סדרה פון דער וואך עטליכע. דרשות און אזוי אויך אויף יעדען יום טובּ און אנדערע וויכטיגע צייטען פונ'ם יאהר,

איך האב איצט אונטערנעמען די שווערע ארבייט צו פארעפענט­ליכען דעם דאזיגען ספר הדרשות, וועלכער איז געשריבען אין א ריין איז דיש, און ענטהאלט הויכע און טיפע געדאנקען, ארויסגעזאגט אין א פאר­שטענדליכען לשון און אין א פאפולערעשע שפראך, בעהאנדלענריג די וויכטיגסטע פראבלעמען בנוגע צו אידען און אידענטום,- פון די גאנץ ערשטע ביז אין די לעצטע צייטען, נאך די דרשות פון יעדע סדרה.= בריינג איך אױיך א זאמלונג פון די גרעסטע. אידישע אוטאריטעטען אויף די פסוקים און מאמרי חז"ל וואס ווערען דערמאנט און די דא" זיגע דרשות, דיזע זאמלונג זענען דורך זייער טיפערען אינהאלט געשר.­יבען אין עברעאיש,!

מיין מאטעריעלע לאגע ערלויבט. מיר נישט צו דרוקען דעם גאנצען ספר, וועלכער. דארף קאסטען זעהר א גרויסע סומע געלר, אויף איין מאל, איך דרוק דאריבער צו איינציגע העפטען, יעדֶעס העפט װועט ענטהאלטען אייניגע דרשות אויף א סדרה, אדער צוײ סדרות און אזוי ארום װעל איך אוה מיט דער צייט. אבדריקען אלע מײַנע דרשות אויף גאנ'ץ תורה און אויף אלע ימים טובים, א

ווער סוויל זיך באזארגען מיט אזא פראכטפאלען ספר, קען זיך אבאנירען, אויף דעם ספר הדרשות, אזוי אז ווֹען סוועט ערשיינען. א העפט, זאל ער עס גלייך באָקומען.

שים