Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
65
Einzelbild herunterladen

מיר שאָקלען זיך און שמועסן שטילערהייט וועגן פארשי' דענע זאכן, און בּאזונדערס וועגן אונזער נסיעה אין דעו ישיבה אריין, ואס איז דאמאלס געשטאגען אוֹיף דער טאָגי אָרדנונג. אָט דידאָזיקע ,שיחוֹת-חולין' האבּן זיך אונו תּמיז אויסגעוויזן, אוֹיך דערנאך, ווען מיר האבן געלערנט אין ישיבות און אין קיבּוצים, אלס אונזערע מסוכּנסטע פיינט מיר הוֹיבּן אָן מיט א שטארקר שטימע און מיט גרוֹיל התמדה: ,אמר רבא, נו, אמר רבא, אַי-אי*- און דְעוֹ שטן גיט זיך א גנבע אונטער און לייגט אונז ארוֹיף אוֹיף דער צונג עפּעס אַ מעשה אוֹיף סתּם אַ שמועס. און מיר פאַרבּרענגען דערמיט אַ שעה, צוויי און מער. נישט זעלטן געלינגט עס אוֹיך דעם שטן אונז אַרוֹיפצובּרענגען אויף ניבּויפה, וואס איז גורם צו ,זינדיקע געדאנקען"-­

די רבּיצן, עובדיהס מוטער, זיצט אַנקעגנאיבּער אונז. אוֹיף אירע גוטע אויגן טראָגט זי בּרילן. איר בּלװקע האט צווי רייען ווייסע קנעפּ, װאָס גיבּן איר צו אַן אוֹיסזען פון אַ

רבּיצן. זי זיצט ,אַזוֹי זיךי, פארטאן אין צוגרייטן דעם שִׁבּת. בּיים עסן האט זי ,אים" דערמאנט װעגן דעם און ער האט זיך בּאנניגנט מיט א וויציקן ענטפער, אוּן איצט לערנט ער שוין. איר קאָפּ ווערט צעריסן אוֹיף שטיקער-­

זי שטייט אויף, גייט צו צו דער טיר פון זיין צימער? בּויגט אָן אַן אוֹיער צו דער שפּאַרע-- און הערט זיך שטארק איין עטלעכע מינוּט. איך אין עובדיה, מורא האָבּנדיק טאָמער עפנט זיך די טיר, הוֹיבּן אָן, נישט װילנדיק, צוּ מוּרמלען דעם אָנהוֹיבּ פוּן ,סימן". אבּער אומזיסט אונזער מי. די רבּיצן קערט זיך אוּם צוריק אוֹיף איר גלייך פּנים זענען נישטאָ יענע רוֹיטע פלעקען, וועלכע בּאווייזן זיך הערגדיק זיין לערי נען בּעת מדארף נישט האבּן מע? אוֹיף שבּת. זי מאכט נאָן עטלעכע פּרוּבן, זי בּעט אַ הלואה בי איינעס פוּן די תּלמידים,

5:/