Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
66
Einzelbild herunterladen

וועלכער קערט זיך צופעליק אוּם פוּן ר' צבי גלותזאנס זאָל, ­אוּן קיין הילף קוּמט נישט.

דאמאלס גייט זי צו נאָכאַטאָל צוּ דער טיר פוּן זיין צימער,

-- מממ.. לערנט מען אָפּ טומאה פוּן קדשים, טומאה פון קדשים.. נוּ... יא בחזקה, בּיי חזקה, אין דעם פאל... מממ...

-- חוןינתן...-- גיט זיך פּאמעלעך אַ ריר די קליאַמקע און די טיר עפנט זיך אוֹיף אַריינצוּשטעקן דעם קאָפּ.

- צו... וואס נאָך 1..

- מעל... שמחה דער קרעמער..,

- בּכן, וואס ווילסטי פוּן מיך 1

-- חנן-נתן...

-נו... דוּ ווייסט דען נישט, אז כהאב ניסט קיין צעבּראָכענעם שילינגער? פֿאַרמאַך די טיר,

די רבּיצן קערט זיך אוּם אוין הױבּט אָן רעדן, דער זין פוּן אירע רײײַד איז, אז איצט ,איז נאך דאַנקען גאָט', ווען זי זאל נעמען פארגלייכן אי היינטיק לעבּן מיט זייער לעבּן אין דער פריערדיקער שטאָט, איידער- איר פאָטער, זכרונו לברכה, איז געשטאָרבּן אוּן איידער צר, זאל לעבּן, האָט פאַרנומען דעם שוװערס שטיל. דאָרטן איז ער, זאָל לעבּן, געווען אַ גרוֹיסער ראש ישיבה. ס'האבּ: געשטראָמט צו אים תּלמידים פון אַלע זייטן לאנד. מער ווי צען מנינים|

-- הערסט, עובדיה! דוּ, מיין זוּן, קענסט נאָך נישט דעם טאטן דיינעם. הער, װעל איך דיר דערציילן; וואס זאג איך -דערציילן"- אַז כ'זאל דיר נעמען אלץ אוֹיסדערציילן, וועט מיר לשון פאַרפעלן. פש... פאַרשטײיסט? ווי גאט גיט אַ טאָג פלעגט ער אוֹיפשטיין אינדערפרי, אָפּדאוונען ,ותיקין* ארער, אַמאָל, אפילן ,ביחידות", און פלעגט דערנאך אַרוּמלוֹיפן פון קלוֹיז צו קלוין(פערציק קלויזן זעגען דאָרט פאַראַן) צוּנוים. צוזאמלען געלט פאַר דו תלמידיט אוֹיף אָנבײסן. אוּן מיך

6