ה –
קען מאן אויף איהם אויך דאס זאגען, עס איז יאה רעפובליק. דיא פרעססע איז פרייא אין בייא אינז איז קיין חנופה ניט פארהאנדען, דא זאגט מען אויס דעם אמת, דארום מין איך שוין ענטדעקען מיין דיענסט וויא ארענטליך איך האב דעם פאלק געדיענט אין האב קיין לאהן דערפאר ניט גענעמען, אזוי האט שוין שמואל געזיכט איינע געלעגענהייט. ער זאלל דאס דעם פאלק ערקלערען, עס איז אוועק געגאנגען איין צייט לאנג ביז ער האט זייא געמאכט איין מלך אין אין מיטען דער געשיכטע האט זיך געטראפען, איינע שווערע מלחמה מיט נחש העמוני אין זייא האבען געזענט. נאך דער קריעג האט זיך אנידער געשטעללט שמואל אין האט געזאגט פאר כל ישראל מיט דיא ווארטען: איך האב אייך ציגעהערט אין האב אייך געגעבען איין מלך אין מיינע קינדער זענין אויך צווישען אייך, איך בין שוין אלט אין גרוי, פין מיין יוגענד אן האב איך אייך געדיענט יעצט בין איך דא צייגט אן אקעגען מיר פאר גאטט אין פאר זיין געזאלבטען, וועמיס אקסען האב איך גענעמען אין וועמיס עזעל האב איך גענעמען וועמין האב איך געוואלט גע־ טהאן, וועמין האב איך ציגעדריקט, אין פין וועלכער האנד האב איך גענעמיין געשענקע אין האב ציגעמאכט מיינע אויגען, אזוי וויל איך דאס אייך ציריק געבען, אזוי האבען אללע יודען געזאגט: , דיא האסט אינז קיין געוואלט געטהין אין אויך ניט אינז ציגע־ דריקט אין אויך פין קיין מענטש עטוואס גענעמען אזוי האט שמואל געזאגט צי כל ישראל גאט אין מיין געזאלבטער זענין מיינע עדות אז איהר האט אין מיינע היינד גאר ניט געפינען אין כל ישראל האבען אנגענעמען זיינע ווערטער אין האבען זייא באר שטעטיגט. דיעזעלבע פערטהיידיגוג האט פארביטערט דעם שמואל הנביא זיין עלטער אז ער האט זיך געדארפט ריהמען אין פובליקום אז ער האט געדיענט דעם פאלק אהנע שׁוּם אינטערעס אין האט בייא קיין מענשען קיינע געשענקע וועדער לאהן גענע־ מען, אינזער עלטער פאטער יעקב האט אויך אזוי איין געגעני שטאנד געהאט מיט זיין שווער אין אזוי האט יעקב גע־ זאגט צי זיין שווער לבן: איך האב דיר געדיענט 20 יאהר פיר דיינע טעכטיר אין פיר דיינע שאף, דיינע שאפע האב איך ניט פארדארבּען, דיינע לעמער האב איך ניט געגעססען, בייא טאג
"
66