Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
6
Einzelbild herunterladen

בין איך פארברענט געוועהין פין דער זאננע אין בייא נאכט פי דער, קעלט גאט האט ציגעזעהען מיין עלענדקייט אין מיין האי ראוואניע וואס איך האב פארדיענט מיט מיין יגיע כפי, וועגן ניט דער גאט פין מיין פאטער אברהם אין דיא פורכט פין יצחק ווע־ רען געוועזען בייא מיר געוויסס דיא העטטעסט מיך יעטצט לעהר אוועק געשיקט.* וויא לבן האט געהערט דיא שעהנע רעד פין זיין איידעם יעקב איז ער בעגייסטערט געווארין אין האט איין געשרייא געטהאן ועתה לכה נכרתה ברית אני ואתה והיה לעד ביני ובינך ( בראשית ל"א). מיין קינד דיא האסט רעכט, לאמיר כורת ברית זיין אויף אייביג.- אלזא מיינע ליעבע לעזער, אזעלכע צווייא מעננער וואס זייא האבען געשפיעלט אזוי איין גרויסע ראללע בא זייער לע־ בען אין אויך נאך זייער אבלעבען, אינזערע הייליגע שריפטען זענין פאלל געשטאפט מיט זייערע מעשים טובים. אין צים סוף האבען זייא זיך געמיזט בעריהמען אין שרייען מיט איין הויכער שטיממע אז זייא האבען געדיענט אימזיסט אהנע לאהן, וויססען זיא וואי רום מיינע ליעבע לעזער, ווייל מען האט זייא דערצי געבראכט, שׁמוֹאלן האבען זיינע קינדער געבראכט דערצי, אין יעקב'ץ האט לבן געבראכט דערצי.

קורים יקרים.

מיינע ליעבע אונד טייערע לעזער, דיעזעלבע פראגע איז אויך אנגעלאנגט אין מיינע לעבענסגעשיכטע. מען האט מיך אויך גע־ צווינגען דערצי אז איך זאלל שרייבען איין ספר זכרונות דאמיט איך זאלל ענטדעקען מיין ארבייט אין מיין שווערע מיה וואס איך חאב געלייסטעט פיר בתי מחסה לזקנים אזוי פיעלע יאהרע אין ר' וואלף מיכאלאוויטש אין דר. בלומענפעלד זענין געוועהין בעצה אחת אז מען זאלל מיר מיין שעהנעם גלאנץ אין מיין טהייער מלביש אראבציהען אזוי וויא מיינע ליעבען לעזער וועלין לעזען ווייטער אין מיין ביאגראפיע איך האב אבער אויף זייא ניט געקיקט אין האב מיר מיין ארבייט פארווערטס געטריעבען איך האב בע־ האנדעלט דיא אלטע קראנקע לייטע אזוי וויא איין פאטער זיין אייגען קינד, דיא אללע טויטע וואס מיר רעכענען אויס אין איני זער נעקראלאגיע זענען אויף מיינע הענד געשטארבען אין יעדער