Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
72
Einzelbild herunterladen

-72­

איינע פראגע איז דא צי בעמערקען צי וואס האבען מיר געדארפט שרייבען אזעלעכע טויטענפעללע וואס איז שוין געשריע־ בען אין אינזערע הייליגע ספרים נאך מיט טויזינטיר יאהר צוריק, איינס איז צי ווייזען אז איך האב קיין נייעס ניט אויפגעטאהן, נאר וואס דענן איז דער חילוק. דיא תורה האט געשריעבען נאר פין דעם הויכען שטאנד פין מלכים ושרים. אין מיר שרייבען פין אלטע ארימע לייטע. דאס איז אבער דערפאר, ווייל איך בין איינער פין דיא ערשטין גרינדער דעס פעראיינס בתי מחסה לזקנים. אין איך בין ניט אבגעשטאנין פין מיין ארבייט ביז אין היינטיגען טאג. דאס ערשטע געלד האב איך געזאממעלט אויף דעם פלאץ וואס מען האט צים ערשטין געקויפט. אין איך האב ר' וואלף מיכאלאוויטש געמאכט פאר קאסירער אום דאס פאראיין זאלל ניט פאללען. אין איך האב מיינע אלטע ביינער ניט געשיינט ביז איך האב געזעהין אויסגעבויעט דיא הייזער אין אריין גענעמין אלטע מענטשין. אין איך האב דיא אלטע לייט ציגעזעהין אזוי וויא אפאטער זיינע קיני דער אויך בא זייער קרענק אין אויך בא זייער טוֹיט אזוי וויא מיינע ליעבע לעזיר ווערין זעהין אין דער געשיכטע פון דעם צווייטען טהייל דייטליך באשריבען מיט געדריקטע דאקומענטע. דארוס איז דיא געשיכטע בא מיר הייליג. אין דערפאר האב איך פער־ גלייכט דיא אלט לייטע וואס זענין געשטארבען אין אינזער אזיעל צי דיא מלכים ושרים וואס אינזער הייליגע תורה האט מיר אהן געוויעזען.

געקראלאגיע פין דיא אלטע לייט וואס זענין געשטארבען אין בוקארעסטער אויעל.

שנת תרמ"ב 1 8 8 1.

.1 ב א ב ע פ א י ע ראם נפטרה עשרה בטבת שנת תרמ"ב ונקברה י"ב בו 20 דעצעמבער 1881 בת שמונים לימי חייה. דיא באבע פאיע איז געוועהין דיא ערשטע וואס מען האט זיא אויפגענעמען אין בתי מחסה לזקנים אין דיא ערשטע וואס זיא איז געשטארבען אין אינזער אזיעל. דיא באבע פאיע איז געוועהין איינע קארפאלענטע פרויא הויך געוואקסען אין דיק אים קערפער אין פעטט אויף דעם לייב, זיא אין תמיד געוועהין ריין געקליידעט