Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Einzelbild herunterladen

צווייטע אבטהיילונג

ביאגראפישע בעשרייבונג פין דיא אלטע וואס לעבען נאך יעטצט אים אזיל אונד דיא גרינדונג Ze ט דעס פעראיינעס פאם אזיל בתי מחסה לזקנים".

שלשה דברים העומדים ברומו של עולס

1). דאס ערסטע איז איינע שולע וויא דער מענש ווערד געבילדעט אין געלערנט, מען נעמט איין מענש וואס ער ווייסט ניט א מאל וואס דאס ווארט מענש הייסט אין מען בילדעט אין לערנט איהם אזוי לאנג ביז ער בעקימט איא שארפען פערשטאנד אין געפיהל, אז ער מיט זיינער קלוגהייט פארשט ער נאך דער נאטור- בעשאפפענהייט אזוי ווייט, אן ער איז אים שטאנד צו וויס־ סען וואס אין דער טיעפעניש פין דער גרויסער ערדקוגעל ליעגט אין וואס אין דעם אבגרונד פון דעם גרויסען וועלטמעער געפינט זיך. דיא שולע צייגט איהם דעם וועג פין כל החכמות שבעולם. דיא שילער דארפען דעם לעהרער דאנקבאר זיין נאך מעהר וויא איהר אייגענעם פאטער, ווייל דער פאטער קאן איהם דיא וויס־ סענשאפט ניט געבען אזוי וויא דער לעהרער גיבט איהם. מיר דערפֿין דאפאן ניט מאריך זיין, דיא וועלט איז שוין געניג בעקאנט דארין.

2). דאס צווייטע איז א שפיטאל, וויא יעדער ארמער קראני קער מענש, אהנע אונטערשיעד דער רעליגיאן, קאן זיין ריינעס בעט טרעפפען אין מענשליך פערזארגט ווערדען, היינוּ: מיט דאק־ טאר, מעדיקאמענטע, בעדיענונג. ריינקייט או. ז. וו. מיר דערפין

אויף זא איין הייליגעס מאנומענט קיין קאמענטאר מאכען, דיא וועלט איז שוין דאריבער קלאר. 3). דאס דריטטע איז איין בתי מחסה לזקנים. דאס איז איין אינסטיטוט ווא איין אלטער מאנן זאלל זיך זיינע לעצטע יאהרען ציברענגען. דא איז געוועהן מיין לעטצטעס סטודיום אויף מיין עלטער. דיא עטליכע יאהרען וואס איך האב פארלוירען ארים