-
- 111
דעם אזיל, פין דער צייט פין דער גרינדונג דעס פעראיינעס ביז אין היינטיגען טאג טהיט מיר גאר ניט באנק. נאר דערפאר ווייל איך האב קעננען געלערנט דיא נאטור דעס אלטערס פין פער־ שיעדענע מענשען. א יעדער מענש פיהרט זיין עלטער אדער דיא עלטער פיהרט איהם אויף איין פערשיעדענעם מיזעראבלען וועג, איינער ווירד בלינד, איינער טוב, איינער בעקימט געשוואללענע פיס וואס ער קאן זיך ניט ריהרען, איינער היסט אין שפייט אין חראקעט ציפיעל, איינער ווערד געברייכט, איינער באשיט מיט כנים, איינער בעקימט נצירות( עצירות) מיט אנדערע מיני אינד ווייניגסטע קרענק, איינער קאן דעם מענשליכען נאטור פין דער ריינקייט גאר ניט האלטען, ער טהיט אב אזוי וויא א קליין קינד אין העמר אין אין דיא הויען. אין דאס מיינסטע פון דיא אלטע לייט האבען דעס חסרון, אזוי וויא מיר האבען דאס שוין א סך מאל ציגעזעהן. אין דער חסרון קימט דעם אלטען מאנן, ווייל זיין מאגען קען שוין ניט פערטראגען דאס הארטע עססען. ער האט קיין צעהן אין מויל מיט וואס דאס הארטע פלייש אדער ברויט צי צירייבען, אזוי שלינגט ער דאס אראב גאנצע שטיקער אין דער אינווייניגסטער מאשין איז שוין אויך אבגעארביט; דיא צווייא מילשטיינער, דיא מילץ אין דיא לעבער זענין שוין אויך אבגע־ שליפפען, זייא זענין ניט אים שטאנד דיא גראבע שטיקער צי צי־ מאהלען, אזוי בלייבט עס ליעגען אין מאגען ניט פערדויעט, עס קאן שוין ניט ווירקען וויא דיא נאטור ווילל האבען, ד. ה.: איין דריטטעל פינס עססען זאלל קאנסומירט ווערין אן דיא אברים זאללען דאפאן געניעססען אין דער רעסט פסולת זאלל צור געוועהנליכער צייט ארויסגעהן. דאס אבער איז שוין ביים אלטען מאנן אבגעוועזען, עס איז שוין בייא איהם נישטא קיין געוועהנליכע צייט. מיר האבען דא געזעהן מעננער אין ווייבער וואס קעננען נישט דיא השתנה האלטען, וויא זייא געהן אין שטעהן לאזען זייא דיא השתנה, אין צי דיא חסרונות פערליערט ער נאך דעם רעכטען פערשטאנד. קורץ דיא עלטער פיהרט איהם אראב אזוי ווייט, בין זיא ברענגט איהם צי דער פריהריגער עפאקע וואס ער איז געבוירען געווארין, דאס הייסט, דיא עלטער גלייכט איהם אויס ביז ער קימט צי דער נאטור פין א קליין קינד. ער בעגעהט