Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
18
Einzelbild herunterladen

אזיל. וויא איך האב געשריעבען אין געקראלאג בייא דיא טויטען פעללע אין אויך אויף אזוי איין טויט איז געשטארבען אהרן הכהן אין אינזער געזעטצגעבער משה רבינו אין אויך יעקב אבינו אין נאך אנדערע אזוי וויא מיר וועלין זייא ווייטער פארשטעללען. זייא זענין ניט געשטארבען מיט דער מיתה פתאומית אדער אפאפלעק־ סיע זייא האבען געוויסט דיא שעה אין דיא מיניט ווען זייא דאר־ פען שטארבען זייא האבען גערעד ביז אין דער לעטצטער שעה פין זייער לעבען, אזוי וויא אינזערע הייליגע תורה בעשרייבט זייער נעקראלאגיע.

בעפאר וויר קימען צו דער נעקראלאגיע וועלין מיר פאר־ שטעללען איינע קריטיק וואס הערר דיר. ליפפע גיבט איבער רש"י אויף דער גמרא כפטורי בפי ושט אין אויך אונזערע ערקלערונג

דאריבער.

דיא קריטיק.

דיא קריטיק וואס דר. ליפפע שטעללט פאר איבער דער רש"י פין דעם ווארט בפטורי בפי ושט איז דער אינהאלט אזוי: רישי זאגט אז פטורי הייסט בלשון הגמרא חבלים שטריק פין וואנין דרינגט רש"י אז פטורי איז שטריק דאס נעמט ער פין דיא צווייא ווערטער ופטורי ציצים( מלכים א) תרגום יונתן זאגט אויף דיא צווייא ווערטער ואטינין שׁושנין טייטט רש"י ואטינין שושנין צירת שלשלאות אין זשארגאן וויא קענין מיר דאס טייטשין געשטאל־ טען פין קייטעלעך אין ווייטער זאגט רש"י פטורי לשון חבלים בלשון גמרא כפטורי בפי ושט. דא באזירט רש"י וויעדער צוריק אויף דער גמרא אין זאגט אז בלשון גמרא הייסט אטריק פטורי, אין דר. ליפפע זאגט אז פטורי הייסט דיא עפנונג פון דעם ושט גאנץ איינפאך וויא דיא איכא דאמרי האבען ערקלערט כפטורי בפי ושט אזוי וויא דיא עפנונג פון דעם ושט. דאס זאגט דיא גמרא אז דיא קרענק פארשטאפט דעם בית חבליעה דאס איז דיא עפנונג פון דעם ושט. אלע חכמי הדור ערקלערן אינז אז דאס

ווארט פטורי הייסט דיא עפנונג. דער אוצר השרשים פין בן זאב זאגט ופטורי ציצים עפנענדע

בלומען.