ווען איין מענטש איז געזונד אונד שטארק אונד געהט גראבען ליים אדער פיעטריש( קליינע שטיינדליך מיט זאמט) אינטיר איין בארג אין דער בארג פאללט אויף איהם אונד פערדעקט איהם, אין דער מיניט איז ער שוין טויט דער האט אויך קיינע אנדערע יסורים געליטען, ער איז אויך ניט קראנק געוועזען. זאלל דער טויט אויך הייסען מיתה נשוקה? ווען איין געזינטער פרעכטיגער מענטש געהט פארביי נעבען איין הויז אין עס פאלט אראפ אשטיק שנייא מיט אייז אדער איינע אנדערע שווערע משא פין דעם דאך, אין ער בלייבט אויף דעם ארט טוט ליעגען ער האט אפילו קיין קרעכץ ניט גע־ טאהן, דער האט אויך קיינע אנדערע יסירים געליטען אין אויך ניט קראנק געלעגען, זאלל דאס אויך הייסען מיתה נשוקה?** ווען איין מענטש גיבט דעם אנדערן איין פאטש אדער מיט עפיס אקלאפ אין קאפ אראן אין ער פאלט אנידער אין איז שוין טוֹיט, דאס זאלל אויך זיין איינע פון דיא מיני מיתה נשוקה. ווען מען זאל זיך דיא מיה נעמין אונד אונטערזוכען קאן מען אזעלעכע גרינגע מיני מיתות אסאך געפינען,
אבער לפי דעתי נאך מיינער מיינונג איז, אז דיא רעכטע מיתה וואס דיא גמרא ריפט זיא נשוקה איז אזוי איינע ארט מיתה וויא מיר וועלין זיא דא פארשטעללען:
מיתה נשוקה הייסט איין גרינגער אין איין ריינער טויט וואס איין מענטש שטארבט אויף זיין געלעגער ער ליעגט אייניגע טאגע קראנק ריין אין זויבער אויף זיין בעט ער קאן רעדען, ער פארלירט ניט זיינע געוויסן ער קאן זעך געזעגענען מיט זיין ווייב אין קינדער אויך מיט זיינע אללע גיטע פריינד אין אז עס קימט דיא לעטצטע שעה אז ער זאל זיך אבשיידען פון דיא לעבענדיגע ווערט ערן אנשלאפען פּונקט אזוי וויא איין קליין קינד וואס דיא מוטער שלעפט איהם אן אין איין וויגעלע מיט זינגען אין קישען, אזוי איין טויט הייסט מיתה נשוקה אין אזוי איין טויט האב איך געזעהען בייא אייניגע פון דיא אלטע לייטע וואס זענין געשטארבען אין אינזער * ר' אשר ביילער ר' מענדיל ביילערס פאטער איז דעריך געגאנגען געבען איין הויז געזונד אונד שטארק איז אראב געפאללען אשטיק שנייא מיט אייז פין דעס דאך אויף איהם איז ער באלד טויט געבליעכען ער האט אויך קיינע אנדערע שמערצען פון קראנק ליעגען ניט געליטען
זאל דאס אויך הייסען מיתה נשיקה.