Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
125
Einzelbild herunterladen

-

125­

ביאגראפישע ער צעהלונג.

דאס אזיל האט 21 ציממער. אין ציממער איז א קאנצלייא איינס איז א שפייזע מאגאזיע, איינס אין אשפייזע ציממער אין 18 ציממערן זענין בעוואהנט מיט אלטע לייט, יעצט לעבען אין אזיל 18 מענער אין 106 פרויען, ציזאממען 34. דרייא עסין ניט פין דעם אזיל, איך אין מיין פרויא אין רחל לאה שענפעלה, אזוי בלייבט נאר 31 אין דיא קעכין איז 32. דיא מענשען עסין פון דעם אזיל. דיא קיכע מאכט ניט איין גרויסע הוצאה, פלייש געהט איין אלטער מאנן אלע טאג מיט דעם קויש פין איין העקער צים אנדערן אין קאבצינט דאס ציזאממען, מעהל שענקט מען מיט דעם זאק, צום האלץ איז אויך דא איין הילף, מען שענקט צי אפאר קלאפטער, צי דעם בעלייכטונג איז אויך דא איין הילף וואס מען שענקט צי אלע חודש איין עמיר 2 גאז. דיא גאנצע שווערע הוצאה איז נאר דיא דיענערשאפט דיא דיענסט נעמט 45 פראנק א חודש מיט איהר עססען, זיא זיצט אפילו ניט אין אזיל, אויף דער נאכט 8 דעם זייגער געהט זיא אהיים שלאפען. איין אונגעראן נעמט אויך 45 פראנק א חודש מיט זיין עססען. ביז אין דעם זימער האט מען קיין אונגעראן ניט גיהאלטען נאר דיא איינע דיענסט איז גיוועהן אין אזיל, ערשט מיט דיא צייטען האט מען ציגינעמין איין משרת. דיא קעכין נעמט 22 פראנק אחודש, דיא 2 שמשים וואס זייא געהן איינקאססירען אין דיא סעקרעטערין וואס זענין גיוועהן נעמין צי דיא גאנצע סומע וואס דיא רעוויסטע איזראעליטע, פאם 81 אקטאבער 89 וויזט אן. דיעזעלבע רעוויסטע צייגט אן אז ער נעמט קיין געהאלט. פאר וואס צייגען ניט אן דיא ראפארטען אז מיכאלאוויטש'ס נע־ פאטיס האבען גינעמין 40 פראנק אחודש אזוי פיעל אהרען. דער גענזעל איז ערשט ציגעקימען אין דעם יאהר. ברידערליך גאט זאל זיך מרחם זיין איבער אייער צדקה פישקע וואס דיא געלדער פאל־ לען אין איהר אריין.

1) אסתר שווארץ, 70 יאהר אלט, זיא האט איין זיהן, 6 אייניקלעך, 2 אוראייניקלעך מעהר קיין משפחה. דיא אסתר אין איינע פין דיא ערשטע ווייבער וואס מען האט אויפגינעמין אין אזיל אים יאהרע 81. זיא האט דער אמת'ר גורל אייפגינעמין. נאך דיא