Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
124
Einzelbild herunterladen

-

124­

געגאנגען. איין פעראיין וועללין מיר צום בעווייז ברענגען, איין סימ־ באלישער פעראיין אריאל" האט אויס גיבראכט אין דיא פיעלע טויזענדער פראנקען, דיא מעבלירטע סאלאנין, דיא בגדי כהונה. דיא טייערע שטיהל אליין וואס דער פרעזידענט איז אויף איהר גיזעסען האט גיקאסט 500 פראנק. דיא דרוקסארטען, סטאטוטען ריטואלען דיפלאמנון דאס אללעס איז פארניכטעט גיווארין, דער פעראיין איז צישלאגען גיווארען אין דאס אללעס איז אוועק גע־ שענקט גיווארען אין אויל אריין. דיא בגדי כהונה איז דארט גע־ לעגען אויף דעם בוידעם ביז דער מייעל האט זייא אויפגיגעססען אין דער נאך האט מען זייא פארקויפט, דיא ריטואלען מיט דיא דיפלאמען האבען דיא מיין ציגעסין אין דער מאגאזיע פין האלץ אין אזוי זענין פיעל פעראיינען איינגעגאנגען אין ניט איינע פין דיא פעראיינען האבען גיוואלט איינע איניציאטיווע נעמין מען זאל פאר דיא געלדער איין יודיש מרחץ בויען, אז עס זאל אבגעהיט ווערין דיא טייערע אין ריינע מצוה פין נדה. איך אפפעליר צי דיא אלטע מעמברע דע וועטש אז מען זאל דיא איניציאטיווע נעמען אין מען זאל איין באך בויען אויף דעם ליידיגען פלאטץ פין דעם אזיל אין ניט קיין באד מיט גרויסע מאי שינעריי וועגען שוויץ. אז עס זאל קאסטען אין דיא פיעל טויזענדער פראנקען, זאזעלכע זענין שוין דא אין בוקארעשט געניג, מיר דאר־ פען דא נאר איין סעמפלע באד וועגען ביטליך צי מאכען אין א שיינעם ריינעם באזעהן( מקוה וועגען טבילה ווייבער), וואסערלייטונג איז שוין דא פין צוויי זייטען דעס אזילס, פין סטראדא ראמאלוס אין סטראדא קאטיטע. פיר ארימע פרויען זאל דער פרייז גישטעלט ווערין נאר מיט 30 סענטים איין פערזאן אין איין פישקע זאל דארט אייננעמויערט ווערין פיר נדבות אריין צי לעגען. פערמעגליכע פרויען וועלין געוויס שענער בעצאהלען וויא דיא ארמע אין וועלין געוויס איין געשענק צוריקלאזען אין דער צדקה פישקע, דעמאלס וועלין מיר שרייען מיט איין הויכער שטימע: אשריכם ישראל בעולם הזה וטוב לכם בעולם הבא!*