-
- 123
אין שוין יעצט אויך דיא צייט געקומען מען זאלל איין באד בויען אווף דעם ליידיגען פלאטץ פין דעם אויל אין דאס וועט זיין דער רייכסטער איינקונפט פין דעם אויל אין דאס ריינקייט פיר דיא אלטע לייטע אין דיא גרעסטע מצוה פאר ארימע ווייבער וואם וויללען האלטען דיא מצוה פין נדה, ווייל דא אין בוקארעשט קאן דיא ארמע פרויא ניט מקיים זיין אין האלטען איהרע דרייא מצות וואס זענין איהר גיגעבין גיווארען: נדה, חלה אין הדלקה, חלה, ברויט, ווער באקט אין בוקארעשט, אן זיא זאלל מקיים זיין איהר ברכה פין חלה נעמין. דיא מצוה פין נדה איז זיא ניט אים שטאנד צי האלטען, ווייל דיא בעדער לאזען זיך זייער טייער באי צאהלען אין זיא האט אויף קיין ברויט ניט. ווען דיא גערלע פלעג געהין פין אויבען, פלעגען דיא ארמע ווייבער זימער געהן אין דער גערלע, אבער היינט אן דיא גערלע איז אבגעבראכען אין פלאי נירט גיווארען נאך דעם היינטיגען סיסטעם, אין בא נאכט ווען מען קען זיך שוין אין איהר יאה באדען, קען איין יודענע ניט געהן טבילה, ווייל קריסטען אין יודען, פרויען אין מעננער באדען זיך באןאמען אין אלע נאכט געשעהען גישלעגע וואס קריסטען שלא־ גען יודען אז מען מיז שטעללען זשענדארען צום באהיטען, נא קען זיך היינט איין טבילה יודענע פארלאזען אויף דער גערלע? וויא האט זיך דאס גיהערט אויף דער גאנצער וועלט, אז דארט וויא איין געמיינדע יודען וואהנען, זאל קיין באד ניט זיין פאר טבילה־ווייבער. אזוי איין שטאדט בוקארעשט קיין עין הרע פין אזוי פיעל טויזענדער פאמיליעס זאלל קיין באד ניט האבען. פי. לאנגע צייטען צוריק מיט 50 יאהר ווען אין בוקארעשט איז גיווען גאנץ ווייניג יודען האבען זיי גיהאט איין באד נעבען דער גערלע, ווער ווייסט דורך וואס פאר איינע צושטענדע זייא האבען דאס פאר קויפט דעם העררן מעלצער נאך אים יאהרע 1844. פין דא־ מאלס אהן ביז הייטע איז שוין איבער גיגאנגען 45 יאהר אין דיא שטאט האט ניט גיזארגט פיר איין באד צי מאכען. פין דאמאלס ביז יעצט וויפיעל איפיטראפיעס זענין איבער גיגאנגען אין שווערע טויזענדער רענדליך זענין פאר פיצט גיווארין. וויפיעל פעראיינען האבען זיך געבילדעט אין דיא יעצטיגע צייטען אין מען האט פאר צערט אין דיא פיעלע טויזענדער פראנקען אין זענין פארלוירען