Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
122
Einzelbild herunterladen

122­

אגיט אין אפריש שטיקעל פלייש וועט דאך דער העקער ניט שעני קען אהן געלד. פאלגליך גיבט מען דיא אלטע לייט צי עססען פלייש מיט אללע מעלות, אי טריפה אי נישט פריש. עס וואלט אינז רעכט גיוועהן דאס געשענקטע ציזאממען גיזשעבריטע פלייש, אום עס זאלל קיין געלד קאסטען, נאר ווען עס זאלל כשר זיין אבער טריפה אין אונז שוין ניט רעכט, דאס אזיל האט ב"ה פין וואניט צו קויפען פאר געלד כשר פלייש.

דיא געשיכטע מיט דעם מאנאסטיר אין צוגלייך מיט דעם בוקארעשטער אזיל וואס עס געהט ניט צי כשר אין נאר מיט טריפה פלייש ווערט גינעהרט עטליכע דרייסיג מענשען אזוי פיעל יאהר, האב איך ניט געשריעבען וועגען קאלאמניע. נאר אפשר האבען דיא איינקינפטע ניט גיטראגען אז מען זאלל נעמען בא איין כשרער באנק דאס פלייש, אבער יעצט אז אוזנער אזיל האט אין דיא פיעל טויזענדער פראנק איינקונפט יעהרליך, זאלל מען אויס־ מאכען מיט איין כשרער באנק אז נאר פין איין כשרען שו"ב זאל דאס אזיל געשפייזט ווערין אין מען זאל שטעללען איין איש נאמן ער זאלל משגיח זיין אויף דער קיכע, אז עס זאלל צי געהן כשר ארטאדאקסיש. אזוי וויא בא אונזערע עלטערן מען האט זיך נוהג גיווען! אין שבת פאר נאכט נאך מנחה זאללען זיך ציזאממען־ קיממען אללע זקנים אין דעם שפייזע ציממער אין מען זאל מקיים זיין שלש סעודות אזוי וויא אונזערע עלטערן האבן זיך גוהג גע־

ווּעהין. איינער פין אונזערע גרינדער ר' מרדכי ליפע לאנדויא האט געמאכט איין שלש סעודות וואס עס האט איהם גיקאסט דרייסיג פראנק אין האט גיבעטין מען זאלל איינפיהרען אז אלע שבת זאל מען מקיים זיין שלש סעודות וועט ער געבין א שטייער, האט מען ניט ציגעשטיממט דער ציא ווייל דיא אריסטאקעאטען האבין דאס ניט פארגיגעבין. אזוי בעטין מיר דיא אנפיהרער פין בתי מחסה לזקנים מען זאלל דיא פארשלעגע נאכקיממען, אום עס זאלל אונז קיין בושה זיין פאר דער וועלט, אויך וואלט גלייך גיוועהן מיינע ליעבע לעזער אז דיא פער־ וואלטער פין דעם אזיל זאלין דיא איניציאטיווע נעמין, ווייל עם