צים רב אין ערצעהלען וואס עס געהט פאר אין שלאכטהוייז עס איז וואס שרעקליכעס. דער רב ר' אייזיק שור ווענדעט נעביך אלעס אן מיט דרשנין מיט כרוזים שיקען אין אלע שילען, ער האט אייך שוין מעהרערע ארטיקעל אין היועץ פארעפפענטליכט אין וועלכע ער בעטייערט אז ער אלס ראבינער האט זיך גענוי איבערצייגט, אז עס ווערין ביי דיא יודישע פליישהעקער פארקויפט נישט נאר אזוי א בשר וואס עס איז פין נישט כשרע שוחטים( וועלכע הא־ בען אויף בדיקה קיין נאמנות) נעקוילעט, נאר אפילו דאס פלייש וואס שוחטים האבען עס נאך דער בדיקה פאר טריפה ערקלערט. אין אויך איינפאך פין נישט יורען גיקוילעטע בהמות פארקויפען דיא יודישע העקערס פיר יודען אין אונזערע יודעלעך קיקען ניט אויף דעס רב'ס שרייען אין וויינען אין ניט אויף זיין שרייבען, און דיא אללע מיני טריפות ווערין ב"ה פין אונזערע אחב"י גיגעססען, אין דיא העקערס וואקסען פין טאג צי טאג אין בויען זיך הייזער פין דעם טריפה'נעם האנדעל. עס איז זעהר ניט אנשטענדיג פין אזוי איין געמיינדע וויא בוקארעשט, וויא עס געפינען זיך אזוי פיעל טויזענדער יודישע איינוואהנער אן ע"ה. נאר וואס קען מען מאכין! דיא רייכע קיממערן זיך אום גאר ניכטס, דיא ארימע קענען נאר א קרעכץ אין א זיפץ געבען אבער ניכטס העלפען. דער רב קען אויך נאר דרשנין, שרייען, וויינען, שרייבען אין דערביי בלייבט ער, דענן קיינער הערט איהם נישט – יעדאך געפינען זיך נאך יודען אין בוקארעשט, אונד צוואר מיר האבען 5-4 שוחטישע פלייש־ בענק וואס דיא שוחטים( כשרע) אליין קוילען אין בדקינין אין פארצייכענען דאס שמאלץ אין אללע קלייניגקייטען וואס געהער צי דער בהמה וואס זיא אין כשר געווארין אין זענען אלליין דיא משגיחים ביים פלייש איבערנעמען. נאר וואס זייא האלטען געדיני גענע העקערס צים האקען אין טרייבערן דאס פלייש, נאטירליך אויך אונטער זייער אויפזיכט. אלזא איז שוין דא כשר פלייש אויך צי באקיממען. יעצט קימט אגרויסע פראגע, פאר וואס קויפט מען ניט פיר דיא אלטע לייט פין דעם אזיל כשר פלייש? אין נישט מען זאלל ארימשיקען איין אלטען מאנן מיט א קאשניצע ער זאל ארים געהען צווישען דיא העקערס אין אויסזשעברען ביינער מיט אבניצליך פין דעם פלייש וואס עס איז שוין דריי טאג אלט. דענן
Druckschrift
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Entstehung
Seite
121
Einzelbild herunterladen
verfügbare Breiten