Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
120
Einzelbild herunterladen

-

- 120­

אבער גיזעהן אז מען האט דיא קריסטען וואס זענין מיט אונז גע־ קימען אויך וויין גיגעבען, איז איינער פין אינן יודען צי געגאנגען צי דעם כהן צדק פין דעם קלויסטער אין האט פאר לאנגט מען זאל אונז אויך געבען וויין צום טיש, אזוי האט דער כהן גיזאגט , איהר האט זיך בא מיר גימעלדעט פאר יודען, האב איך אייך גיגעבין אזאלכע שפייזען וואס יודען קענין בא אונז עסען, וויין איז אייך פאר באטען בא אונז צי טרינקען דארום קענין מיר אייך קיין וויין געבען אזוי האט אונזער שותף גיזאגט, קיין פלייש עסין מיר טאקע ניט, אכער וויין טרינקען מיר יאה. האט דער כהן גיזאגט קאנט איהר געהין אין א קרעטשמע אין קויפען פיר אייער געלד, אבער מיר איז פאר באטען אייך וויין צו געבען אין האט גישאפט מען זאל אינז געבען עפעל קוואס וואס ער איז אסאך בעסער גי־ וועהין וויא געמיינער וויין. מיר האבען זייער גיט גילעכט אין דער נאכט מיט גיטע טריקענע שפייזען, גיטע געטרענקע. ווארמעס ציממער נאר פלייש אין וויין האט מען אינז ניט גיוואלט געבען ווייל מיר זענין גיוועהן יודען אין דייקא יונגע לייט. אזוי האט זיך נוהג גיוועהן דער פארשטעהער פין איין קריסטליכען מאנאסטיר מיט יודישע געסט.

יעצט לאמיר נאר זעהען וויא אזוי זענען זיך נוהג דיא ראשי הקהל פין אונזער יודישער מאנעסטיר?( דאס מיין איך אינזער אייל פיע אלטע לייט אין בוקארעשט") דא גיבט מען ב"ה דיא אלטע יודישע נפשות טרפות צי עסען אויף דעם גרויסען אופן,- אפשר ווילט איהר ליעבע לעזער וויססען וואס איך מיינע דאמיט, וועל איך אייך ערקלערען, אונד צוואר יעדען יורען אין בוקאדעשט איז גיט בעקאנט דאס כשרקייט וואס עס געהט צי זייט אייניגע יאהר ביים יודישען פלייש, עס איז שוין אזוי ווייט געקיממען, אז דיא יודישע פלייש האקער זאגען שוין אויף זיך אליין עדות אז זיי פארקויפען טריפה פלייש, אין עקסטער קימען דיא שוחטים פאסט יעדען טאג

* אזוי האט עס אנגעריפען דער קאמיסער פין אונזער קווארטעל, איך האב גיהאט אויף גענעמין א דיענסט פאר דעם אזיל, בין איך מיט איהר גיגאנגין אין דער קאמיסיע אריין זיא מעל- דען, האט דער קאמיסער צי איהר גיזאגט: דיא זאלסט דארט זיין עהרליך אין ניט פיהרען קיין װעלטזאכען, ווייל דארט איז איין מ א נ א ס ט י ר פ ין א ל ט ע לייט. אין ווען איך האב מיט דעם קאמיסאר גירער האט ער גיפרעגט; וואס טיהן דיא אלטע ק א ל ו ג ע ר יס אין אייער

מ א נ ע ס ט י ר,