Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
119
Einzelbild herunterladen

- 119­

גאהר ניט ארבייטען אין האבין ניט קיין שום צישפאר אזוי וויא עס איז טאקע דא אייניגע אזעלכע דאמאלס וועלין דיא געשענקע וואס מענשען וועלין געבען אויף דעם אזיל אויך איין גרויסען ווערטה האבען אין דיא מצוה פין דער צדקה וועט זיך אויך מעגין גלייכען צי דער מצוה פין שוהלע אין שפיטאל, אין וואהל איז צי דיא מענשען וואס זייא שטיצען אזעלכע דרייא אינסטיטוטע, אשריהם וטוב להם בעולם הזה ובעולם הבא.

אין אנפאנגס דעס יאהרעס,... זענין מיר 5 יודען יונגע לייט גערייזט קיין קאנסטאנטינאפעל דורך דער בולגאריע. דורך איין צופאלל פין איין שלעכטען וועטטער זענין מיר גיצויגען אויף נאכטלעגער אין איין מאנאסטיר. איך גלויבע ער הייסט סעראנדא עקליסיע" אין ליעגט אין דיא באלקאן בערג צווישען ווארנא אין באלטשיק. מיר ווארען איינע קאמפאניע פין 16 מענשין, 6 קריס־ טען, גרעקין, בולגארען, 5 טירקען, דיא אלע זענין גיוועהן פין ארים יענע געגענד נאר מיר 5 יודען זענין גיוועהן פרעמדע. דיא בולגארען האבען געוויסט וויא דער מאנאסטיר ליעגט אין איינער זייטע פין דיא געבירגע זענין מיר אהין גיצויגען, בין נאכט זענין מיר אהין געקומען. מען האט אונז באלד גיעפינט דיא טויערן אין מען האט אונז אויפגינעמין. מען האט איעדער נאציאן איין באזיני דער ציממער אבגיגעבען, פיר דיא טירקען איין ציממער, מיר הא* בען גיזאגט מיר זענין יודען האט מען אונז אויך איין ציממער אב גיגעבען. פיר דיא 6 קריסטען אויך איין ציממער. אין איין פאאר שטונדען אוים האט מען אונז אריין געבראכט נאכטמאהל, פיר איעדער נאציאן האט מען פארבערייטעט אזעלכע שפייזען וואס איהם געוועהנליך איז צום עססען פיר דיא טירקען האט מען גיי געבען טירקישע מאכלים, פיר דיא קריסטען האט מען גיגעבען סאלאמע אין הענדיל- בראטען, ווייל עס איז גיוועהן קארנאוואלס צייט פיר אונז יודען האט מען אריין גיבראכט איין גרויסע קיי פערנע טאווע, אויף איהר איז גיוועהן אויסגעלייגט מיזעליקעריס פין אלערליי גאטונג: סארדעלין, איקרע, מאסליניס. מעהרערע מיני ים פיש, גיבראטען אויף קוילען, גיבראטענע אייער איינע גרויסע פרישע אזעמע( איין פילאף) גיבאקען אויף דעם הוילען אויבען מיר האבען זייער איין טהייערן נאכטמאהל גיהאט, וויר האבען