Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
118
Einzelbild herunterladen

118--

אחוץ שטיוויל, געטיס, א פאלטאן אין אנדערע זייטען קניפליך אין דאס אללעס וואס מען האט פאר צעהרט אויף יענקיל פלאמער שטייט ניט פאר טראגען אין קיין שום בודזשעט, אין קיין ראפארט. אלע הוצאות פין דיענערשאפט זענין איין גירעכינט אין איין פען פין טויזענדער פראנקען. וויא, אין וועלכען פעראיין האט זיך אזוי וואס גיהערט, אז מען זאל פאר צעהרין ארים געלד אהנע חשבון בא אזוי איין אינסטיטוט דארף זיין אנגעצייגט יעדער באן באזינדער וואס ווערד פאר צערט, אין בפרט דיא גרויסע אויסגאבען, אזוי וויא יענקיל פלאממער 25 פראנק אחודש, בעריש, דער ערשטער אייני קאססירער 50 פראנק אחודש, מיכאלאוויטש שוואגער מאיר שטא־ פער דער צווייטער איינקאסעירער א שתוף צי דעם אזיל אויף 23 פין דעם וואס ער קאססירט איין, מיכאלאוויטש א ניפאטיקיל סעקרעטער, 40 פראנק אחודש.

נאר דא ליעגט דער רעכטער שווינדעל אין אזוי איין גרויסע סומע קען מען אריין ריקען נאך אייניגע הינדערטער פראנקען וואס דיא וועלט דארף דער פין ניט וויסען אזוי איין יענקיל פלאמער אז ער האט גיגעבען 150 פראנק אויף דעם אויל אין איין ספר תורה פאר 400 פראנק, אין 3 יאהר וויא פיעל געלד האט ער ארויס גינעמין פין דעם ארימען געלד פין דעם אזיל? טאפעל מאהל אזוי פיעל וויא איהם האט גיקאסט. איז דאס ניט איין אסיגוראנץ־הויז?

אין יעצט אז מען האט איין אנדערן אויף גינעמין אויף זיין ארט אלס אינגריזשיטאר איז ער גיבליבען אין אזיל אין הייסט א

זקן אינטער דיא רעכטע זקנים, אין עסט אין טרינקט פון דעם ארי־ מען געלד וואס מען קאבצינט פיר דעם אזיל אין ער איז נאך ניט אזוי שעמדיק אויך אין אין מקבל איין טהייל פין אלע צדקות וואס מענשען שענקען פיר דיא רעכטע זקנים. איא עס איז טאקע איין גרויסע מצוה? דאס הויז קאן פיהרען דעם נאמען פאבריקא דע קבצנים", אז מען וועט דיא חלבנה רייניגען אין עס וועט בלייבין נאר לבונה, דאס הייסט גאר אזעלכע זקנים וואס זייא קענין שׁוֹין

זיטצונג פון דעם 16 נאוועמבער 1885 האט מען איהם באשטימט א ליאפע אנפאנגס פין 10 פר, אחודש אין 20 פר, אויף שטיוועל, שפעטער האט מען איהם אלס גיהעכערט ביז אויף 25 פרי אין אזוי איז דאס גיגאנגין ביז אויגוסט 1888,