- 117
וואנד איינמויערן אין זיא זאל מען האלטען אויף קעסט ביז אין איהר טויט אריין אין מען האט זיא שוין אריינגינעמין נאך איידער מען האט דאס געלד פין דעם אדוואקאטען ארויס גינעמין אין יא זיצט שוין אויך צווישען דיא אלטע פרויען אין הייסט שוין אויך - זקנה", הייסט דאס ניט איין אסיגוראנץ הויז? איז דען ניט איין גרויסע מצוה אז דער אויימער פראנק אין דיא אנדערע געשענקע וואס מען גיבט פיר דעם אזיל פיר דיא אלטע קראנקע לייט זאל מען אזוי איין יונגע פרוי אויך אריין רעכענין פאר איין זקנה? איז טאקע אמצוה?
חנה שאץ, חנא חזניס ווייב, זיא האט גיגעבין 500 פראנק האט מען זיא אריין גינעמין אין מיטען זימער מען האט גאר ניט געהארט אויף משך דירות. זיא זאגט אליין דאס ווערטיל: איך האב מיך שוין אסיי ורירט אוף אייביג. נא מיינע ליעבע לעזער איז דאס ניט איין אסיגוראנץ הויז אין ניט קיין בתי מחסה לזקנים"? זייא האבען פין דעם אויל געמאכט איין פאבריק פין קבצנים. מען נעמט אריין מענשין וואס זייא קענין זיך פאר דיענען זייער ברויט ביגיע כפים אין מאכט זייא פאר בעטלערס.
עס געפינט זיך ביי אונז אין אזיל א יענקיל פלאמער א סוחר פין ספרי תורות, ציצית, תפילין, מזוזות אין אנדערע מיני ספרים האט ער אויך אסיגורירט זיין עלטער מיט 150 פראנק וואס ער האט גיגעבען אויף דעם אזיל אין איז א מעמברא דע וועטש אין האט נאך געשענקט א ספר תורה אין צענטלערס שול אריין אין ר' וואלף מיכאלאוויטש נעמט איהם אין אזיל אריין אין ער הייסט שוין זקן. ער איז דעמאלס בלינד גיוועהן אויף איין אויג, ברענגט ער זיך דעם דאקטאר פישער אין ער אפערירט איהם דאס אויג אין ער ליגט צוויי חדשים קראנק אין מאכט פון דעם אזיל אין שפיטאל. פרעגען מיר אונזערע ליעבע לעזער איז דער מענש גיי וועהן פיר איין אויל אויף צי נעמען אדער פיר איין שפיטאל? נאר ר' וואלף מיכאלאוויטש האט אזוי גיוואלט. נאך דער קרענק, אז ער איז גיזינד גיווארין האט איהם ר' וואלף מיכאלאוויטש גימאכט פאר איין אינגריישיטאר איבער דעם אזיל אין איבער דיא אלטע לייטע אין מען צאהלט איהם איין ליאפע פין 25 פראנק אחודש*)
*) ער איז דער ערשטער וואס האט דערלאנגט א געהאלט אין האט אויסגעפיהרט' אז ביי דער