- 116
,
דינען זיין גרייצער אין האט ניט וויא איבער צי נעכטיגען איין נאכט. דיא ערשטע סטאטוטען פון דעם יאהר 1880 האבין פאר־ געשריבען אויסדריקליך: דע א פרימי אין אטשעסט אזיל אמיני באטריני נע פאטענטשיאשי" אין אויף דעם ערשטען זיעגעל זענין אויך גיוועהן גראווירט דיא ווערטער: נע פאטענטשיאשי", מיין זאלל אויפנעמין אזוינע אלטע לייט וואס זייא קאנין שוין גאר ניט טאהן, ווייל עס געפינען זיך נאך יעצט אלטע מענשען פין זיבציג יאהר וואס זייא זענין נאך גיזינד אין שטארק אין קענין נאך ארבייטען זייער מלאכה, וויל עס געפינט זיך אזעליכע אין אזיל איבער דיא זיבציג יאהר אלט, אגאנצען טאג געהט ער אין דיא גאססען ארים זיכען צו פאר דיענען, ער קימט נאר אין אויל אריין צום עססען אין צום שלאפען אין נאך מעהרערע מענשען געפינען זיך וואס זייא דארפין ניט קיין אזיל. אין אונזער בוקארעשטער אזיל ווערד דער נאמען פון דעם הויז ניט רעספעקטירט, עס ווערד ניט עקזעקוטירט דיא פפליכט צי וואס דאס הויז איז גיבויעט גיווארין. אזוי וויא מיר האבען פארגישטעלט איין שוהלע אין איין שפיטאל אין אין דיא צוויי אינסטיטוטען ווערד ניט אויפגינעמין קיין אנדער רער נאר אזעלכער וואס ער גיהער דער צי. על כן דיא צדקה וואס מענשען געבין אויף זייא האט איין גרויסען ווערטה אין עס הייסט טאקע אמצוה אין ניט איין עבירה. אבער דא אין אונזער אזיל נעמין זייא אויף אזעלכע מענ־ שען וואס עס איז קאנטרע דעם נאמען בתי מחסה לזקנים. וויר מיזען דאס גלייכען צי איין אסיגאראנט הויז, ווארין איין מענש וואס גיבט 150 פראנק ער זאל ווערין ממברא דע וועטש אין מען נעמט איהס שוין טאקע באלד אויף אין אזיל האטשי ער איז נאך אפילו ניט אלט קיין זעכציג יאהר אין איז נאך איין גיזינדער מענש אויף אללע איברים אין ער קען נאך האנדלען אין וואנדלען הייסט דאס ניט אז דער מענש האט זיך מיט 150 פראנק אסיגורירט זיין עקסיסטענץ?- איינע פרויא וואס זיא האט אמאל אב צי נע־ מין פין איין לאריכץ 2000 פראנק אין זיא זאגט אז זיא גיבט דאס דעם אזיל ווען זיא ווערט דאס אב נעמין אין מיט דעם געלד זאל מען בויען איין סאלאן אין דער פאר זאל מען פון איהרעט וועגען איין מעמאראטיווען מארמאר שטיין מיט אינסקריפציאנען אין דער
-